בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
נעכטן בין איך נישט אנגעקומען צו שרייבן, נעכטן בין איך געפארן אין שטעטל; איך בין שוין נישט געווען אין שטעטל פון זומער. איך בין נעכטן געפארן צו די קינדער, צו די חדר און צו בית פיגא; וואס זאל איך דיר זאגן, ביי מיר איז חינוך הבנים והבנות מער פון אלעס, אוועק שטעלן גוטע מלמדים און גוטע לערערינס זאלן לערנען מיט די קינדער אמונה, לערנען מיט די קינדער תפילה; דאס איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע זאך פון אלעס וואס איך טו.
רוב טאג איז מיר אוועק ביי די קינדער. אויך בין איך געווען אין כולל, געגעבן א פתיחת הזמן שמועס. קודם האט דער דיין, דער ראש הכולל - גערעדט אפאר ווערטער, און נאכדעם האב איך גערעדט צו די טייערע אינגעלייט. די כולל איז א מתנה וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן פאר אזויפיל יארן לערנען מיט די בחורים, די כולל איז א גרויסער חידוש, די אינגעלייט לערנען זייער פלייסיג. איך האב גערעדט מיט זיי ווי אזוי זיי זאלן לערנען און ענדיגן הלכות שבת, איך האב זיי געבעטן אז איך וויל דעם קומענדיגן יאר און אזוי ווייטער זאל די קאך ביי אונזער בנין אין אומאן ווערן געפירט דורכן דיין און די אינגעלייט, איך האב געהערט אז עס איז געווען שאלות פון חילול שבת ויום טוב, איך וויל אוועקשטעלן די קאך זאל זיין געפירט דורך די כולל אינגעלייט, קיין איין זאך זאל מען נישט טון אן פרעגן די הלכה, נישטא אזא זאך זאגן פאר א גוי טו אזוי, מאך אזוי - אן פרעגן די תלמידי חכמים וואס די הלכה איז. אזוי אויך וויל איך אלע אונזערע הצלה אינגעלייט זאלן באקומען שימוש ווי אזוי זיך צו פירן שבת, און חס ושלום נישט מחלל שבת זיין; יעדע פרט ופרט וויסן וואס דארף געטון ווערן דורך א שינוי, וואס מעג מען יא און וואס נישט; דאס אלעס זאל ווערן אוועק געשטעלט דורך די רבני הכולל.
איך בעט דיר זייער זאלסט לערנען חומש רש"י. חומש רש"י איז נישט א שיעור וואס מען ענדיגט איינמאל און מען לאזט דאס אפ, חומש רש"י לערנט מען בכל שנה ושנה. א אינגערמאן איז צו מיר געקומען אין שול, נישט אין אונזער שול אין א פרעמדע שול, פרעגן "וואס זאל איך די יאר לערנען אנשטאט חומש רש"י?" איך האב יענעם מסביר געווען אז חומש רש"י איז נישט א לימוד פאר איין מאל, אנדערע לימודים איז א לימוד וואס מען קען אפלאזן און מען גייט צו א צווייטע ספר, חומש רש"י דאס איז די נשמה פונעם איד, און אלע צדיקים האבן זייער מזהיר געווען זייערע תלמידים צו לערנען חומש רש"י יעדן טאג.
מוהרא"ש זאגט נאך פון הייליגן רבי יששכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י, איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן". אויך איז ידוע ביי אונז - סאטמערע חסידים - אז דער הייליגער קדושת יום טוב זכותו יגן עלינו האט געשיקט זיינע צוויי קינדער דער הייליגער עצי חיים און דעם הייליגן סאטמער רבי זכותם יגן עלינו ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, זיי זאלן גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו. רבי מרדכי'לע האט זיי געבענטשט און זיי געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערנט אסאך חומש רש"י), ווייל איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס האבן נישט געוויסט וואו דער אייבערשטער וואוינט ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.