בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - חיזוק פאר מיידלעך
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מיידלעך תושבי ארץ ישראל שתחיו, וואס זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר נעמט זיך צוזאם - איינמאל א חודש - זיך מחזק זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט תפילה; וואס איר ווילט און וואס איר דארפט זאלט איר בעטן נאר פונעם אייבערשטן אויף אייער שפראך וואס איר זענט צוגעוואוינט צו רעדן. איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון יעדע איינציגע ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן, יעדע ווארט גייט ארויף זייער הויך, עס קומט אן אויף א פלאץ וואס קיין שום מלאך און קיין שום ברענעדיגע מלאך קען דארט אנקומען, דער אייבערשטער אליינס נעמט יעדעס ווארט און געבט פאר'ן מענטש אלעס וואס ער דארף.


נאך א זאך וויל איך אייך זייער שטארק בעטן, איר זאלט מכבד זיין אייערע עלטערן ביז מסירות נפש. נישט קיין חילוק וואס פאר א מאמע מען האט, אפילו מען א מאמע וואס איז א שלאבערישע וכו'. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי פאה ג.) מען האט געפרעגט רבי אליעזר: "עַד הֵיכָן הוּא כִּיבּוּד אָב וָאֵם?" ביז וויפיל איז א מענטש מחויב צו מכבד זיין זיינע עלטערן, האט רבי אליעזר געענטפערט: "וְלִי אַתֶּם שׁוֹאֲלִין?!" וואס פרעגט איר מיר, "לְכוּ שָׁאֲלוּ לְדָּמָה בֶּן נְתִינָה", גייטס פרעגן דמה בן נתינה. "רֹאשׁ פְּטַרְבּוֹלֵי הָיָה", ער איז געווען פון די גרעסטע גענעראלן אין די מיליטער, "פַּעַם אַחַת הָיְתָה אִמּוֹ מְסַטַרְתּוֹ", איינמאל האט אים זיין מאמע געשלאגן מיט א שיך, "בִּפְנֵי כָּל בּוּלֵי שֶׁלּוֹ", פאר אלע סאלדאטן וואס זענען געווען אונטער אים, "וְנָפַל קוֹרְדְקוֹן שֶׁלָּהּ מִיָדָהּ", און די שיך איז אראפ געפאלן פון אירע הענט, "וְהוֹשִׁיט לָהּ שֶּׁלֹּא תִּצְטַעֵר", האט ער זיך אראפ געבויגן אויפצוהויבן די שיך און דאס געגעבן פאר זיין מאמע אז זי זאל זיך נישט דארפן אראפבייגן און זיך מצער זיין.


ביי אונז אין אמעריקע אין בית פיגא זאגן אלע מיידלעך יעדן טאג תהילים; אלע פרובירן צו זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהילים', זאלט איר אויך פרובירן דאס צו טון. בפרט יעצט ווען מיר קומען שוין זייער נאנט צו די הייליגע טעג זאלט איר פרובירן צו זאגן תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.