בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט חכמה דארף מען מאכן יעדעס קינד א חלק פון קלאס
חינוך הילדים, מלמדים, פרנסה, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


וואויל איז דיר אז דיין פלאג און מי איז אין אייביגע זאכן, דו לייגסט אריין דיין מי און פלאג אין מלמדות; דו זיצט פון אינדערפרי ביז נאכמיטאג מיט קינדער, מיט אזא סבלנות.


געדענק, יעדער איינער מוטשעט זיך, "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" (איוב ה, ז), "אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה" (ברכות יז.), וואויל איז דעם וואס מוטשעט זיך אריינצוברענגען תורה ויראת שמים אין אידישע קינדער.


עס איז היינט געקומען צו מיר משפחת ... שיחיו. זיי זענען זייער צופרידן פון אונזערע מוסדות, זיי האבן א שטיקל פראבלעם מיט זייער קינד וואס לערנט ביי דיר, ער איז זייער א פארמאכטער קינד, זיי ווילן זייער מען זאל פרובירן אים עפענען, ער זאל זיין א חלק פון די כתה. צום ביישפיל, מען שיקט אהיים מעשיות פון תפלה, זיין נאמען איז אלץ ליידיג; דער מלמד דארף פרובירן מיט חכמה אים מאכן זאגן א מעשה, אפשר שעמט ער זיך צו זאגן ברבים, קען מען אים פרעגן פריוואט. דאס איז נאר א משל, פארשטיי וואס און ווי אזוי אים צו עפענען.