בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - חס ושלום ארויסגיין קעגן א איד
אמונה, שלום בית, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מחלוקת איז אזוי געפערליך, אפילו ערליכע אידן ווערן פארכאפט אין דעם, עס זענען דא מענטשן וואס גייען אריין אין א דמיון אז זיי דארפן פאררעכטן די וועלט, און נאר זיי זענען ביים אמת, און אלע דארפן זיך אונטערווארפן אונטער זיי, און אויב נישט – איז א מצוה זיי צו רודפ'ן השם ישמרינו, ווייל דער סמ"ך מ"ם קומט צום מענטש פארשטעלט ווי אן ערליכער איד, ער טוט אנהעצן דעם מענטש ער זאל זיך קריגן מיט אנדערע מיט א לבוש פון 'מען דארף מתקן זיין די וועלט' וכו'.


אבער אין אמת'ן דארף מען וויסן אז עס איז נישטא קיין מענטש אן א חסרון, יעדער איינער ווערט באשאפן מיט א פעלער וכו', און די עבודה איז דאס אויס צו ארבעטן און זיך משלים זיין, אבער אויף א צווייטן טאר מען נישט קוקן שלעכט, און חס ושלום זוכן די חסרונות, און אז דער יצר הרע קומט איינרעדן צו זוכן ביי אנדערע שלעכטס – זאל מען זיך דערמאנען די חטאות נעורים, און אויך ווי מען האלט יעצט וכו', און אפילו מען איז א גרויסער למדן, און אויך א חשוב'ער איד, א חסיד – דארף מען זיך בארעכענען ווי מען האלט אויף די וועלט מיט די אייגענע ענינים (פגם הברית), ווי עס קומען אריין נישט גוטע מחשבות השם ישמרינו, און חס ושלום ארויסגיין קעגן א איד, חס ושלום צו האבן צו טון מיט פארשעמען א איד, אדער מקפח זיין איינעמ'ס פרנסה, ווייל נאר דורך שלום וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (דברים רבה ה, טו): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַחֵם אֶת יְרוּשָׁלַיִם אֶלָּא בְּשָׁלוֹם", דער אייבערשטער וועט טרייסטן ירושלים, נאר בזכות שלום, און "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַשֵֹּׂר אֶת יְרוּשָׁלַיִם שֶׁיִּהְיוּ נִגְאָלִים אֶלָּא בַּשָּׁלוֹם", דער אייבערשטער וועט אונז זאגן די גוטע בשורה אז מיר ווערן אויסגעלייזט נאר מיט שלום, "שֶׁנֶּאֱמַר" אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעיה נב, ז-ט): "מַה נָּאווּ עַל הֶהָרִים רַגְלֵי מְבַשֵּׂר מַשְׁמִיעַ שָׁלוֹם מְבַשֵּׂר טוֹב מַשְׁמִיעַ יְשׁוּעָה אֹמֵר לְצִיּוֹן מָלַךְ אֱלֹקָיִךְ, קוֹל צֹפַיִךְ נָשְׂאוּ קוֹל יַחְדָּו יְרַנֵּנוּ כִּי עַיִן בְּעַיִן יִרְאוּ בְּשׁוּב ה' צִיּוֹן, פִּצְחוּ רַנְּנוּ יַחְדָּו חָרְבוֹת יְרוּשָׁלִָם כִּי נִחַם ה' עַמּוֹ גָּאַל יְרוּשָׁלִָם", אמן סלה.