בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
בנוגע די קאנצערט וואס גייט זיין קומענדיגע וואך וכו'; חס ושלום צו גיין צו די קאנצערט, עס גייט זיין בתערובות מענער און פרויען, ווי מעג מען גיין?! חס ושלום צו גיין צו די קאנצערט. וויפיל צרות קומען אויף די וועלט צוליב דעם וואס מען קומט זיך צוזאם בתערובות, מען זינגט אינאיינעם רחמנא לצלן, די גאנצע גזירה פון די צייטן פון מרדכי און אסתר וואס המן הרשע האט געוואלט אויס'הרג'ענען כלל ישראל - איז געקומען ווייל אידן זענען געגאנגען צו די קאנצערט פון אחשורוש, וואס איז געווען דארט עבירות.
אז דיין ווייב בעט דיר צו גיין - זאלסטו איר זאגן אז דו ווילסט נישט קיין צרות אין לעבן, דו גייסט נישט אויף די פלעצער, און אז זי הערט דיך נישט אויס, זי זאגט זי גייט אליין - זאלסטו איר נישט טשעפען, נאר גיי אין א ליידיגע שול, עפן די ארון הקודש און וויין צום אייבערשטן עס זאל אריינגיין א רוח טהרה אין איר, און ענק זאלן לעבן מיט יראת שמים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.