בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען טאר נישט טענה'ען מיט איינעם וואס איז אראפגעפאלן
כיבוד אב ואם, שידוכים, תהלים, וויכוחים, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האלט זיך שטארק, ווער נישט צעבראכן; דיין מאמע זאלסטו ווייטער מכבד זיין. טענה נישט מיט איר, בפרט אין אידישקייט, זי איז נעבעך אראפגעפאלן השם ישמרינו; מען טאר נישט טענה'ען מיט איינעם וואס איז אראפגעפאלן, פון אלעס קענסטו און זאלסטו רעדן מיט איר - אויסער פון די אידישע וועג, ווייל אז מען רעדט און מען טענה'ט - קען דאס שאטן דעם מענטש.


זיי שטארק, דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך, עס וועט דיר גארנישט שאטן דאס אז דיינע עלטערן זענען צעטיילט. בחורים און מיידלעך וואס קומען פון צעבראכענע שטובער לעבן מיט שרעק, זיי טראכטן 'מיר וועלן נישט חתונה האבן ווייל מיר קומען פון צעבראכענע שטובער'; עס איז נישט אזוי, א שידוך האט נישט צוטון אויב מען קומט פון א גאנצע שטוב אדער פון א צעבראכענע שטוב, א שידוך האט מיט'ן אייבערשטן, א שידוך האט מיט זיך אליינס; א גוטער בחור, א גוטע מיידל וואס לעבן מיט יראת שמים, מיט גוטע מידות - טרעפן זייער שידוך.


זאג דעם יום תהילים יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.