בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - טערעפי איז איין שטיק ליצנות
תפילה והתבודדות, רפואה, משניות, טערעפי, שכחה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טערעפי איז איין שטיק ליצנות; די טערעפיסטן קענען זיך אליינס נישט העלפן, איז ווי אזוי קענען זיי העלפן א צווייטן...


די בעסטע טערעפי איז דעם רבינ'ס עצות; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אזעלכע ליכטיגע עצות, וואס ווער עס טוט די עצות קריכט ארויס פון אלע פראבלעמען. די ערשטע עצה איז שכחה; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה, כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, ווייל ווען א מענטש וואלט געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון וואלט ער נישט געקענט אנגיין ווייטער מיט זיין לעבן, עס וואלט אים געשטערט אלעס וואס ער האט געטון.


געוואוין זיך צו זיך אויס צו רעדן צום אייבערשטן; דערצייל אים אלעס וואס דו ביסט אריבער. דערצייל נישט פאר קיינעם דיין עבר, נאר פאר'ן אייבערשטן אליינס, דאס וועט מאכן עס זאל ארויס גיין פון דיר. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד) ווען א מענטש זינדיגט ווערן די עבירות אריין געקריצט אין זיינע ביינער, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנֹתָם עַל עַצְמוֹתָם" און דאס הרג'עט דעם מענטש, אזוי ווי דער פסוק זאגט (תהילים לד, כב): "תְּמוֹתֵת רָשָׁע רָעָה", די עבירות פונעם מענטש טוען אים הרג'נען; אבער ווען א מענטש איז זיך מתוודה פאר'ן אייבערשטן, ער דערציילט פאר'ן אייבערשטן יעדע זאך וואס ער האט געטון און בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, דאן גייען ארויס אלע עבירות פון זיינע ביינער. אז דו וועסט דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלע דיינע אלטע מעשים וועט דאס צושטייטליך ארויסגיין פון דיר ביז דו וועסט עס אינגאנצן פארגעסן, וואס דאס איז א סימן אז דער אייבערשטער איז דיר מוחל אויף אלעס.


נאך אן עצה ארויסצוקריכן פון די אלטע מעשים איז "זאגן משניות"; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד". אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


זאגן משניות איז די עצה פאר אלע וואס זענען נעבעך אריין געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; נאר דאס קען העלפן דעם מענטש. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגט (מכילתא דויסע, פרשה א) דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן, אָמַר לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא לְמשֶׁה: אֱמוֹר לָהֶם לְיִשְׂרָאֵל, "דִּבְרֵי תּוֹרָה שֶׁנָּתַתִּי לָכֶם רְפוּאָה הֵם לָכֶם, חַיִּים הֵם לָכֶם", שֶּׁנֶּאֱמַר: כִּי חַיִּים הֵם לְמוֹצָאֵיהֶם, וְאוֹמֵר: רִפְאוּת תְּהִי לְשָׁרֶךָ וְשִׁקּוּי לְעַצְמוֹתֶיךָ, אז מען לערנט תורה ווערט מען אויסגעהיילט פון אלע מחלות וחלאים רעים.


קיינער קען דיר נישט העלפן און קיינער וועט דיר נישט העלפן, נאר דו אליינס קענסט זיך העלפן, אויב דו וועסט נעמען דעם רבינ'ס ווערטער און עס מקיים זיין, דו וועסט זאגן משניות אפילו אן פארשטיין, וועסטו ארויס קריכן פון דיין שרעקליכן פלאנטער אין וואס דו ביסט אריין געפאלן. כל שכן אז דו וועסט זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, חַ"י חַ"י הוּא יוֹדֶךָ כָּמוֹנִי הַיּוֹם - וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.