בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - כאטשיג איין מאל א וואך זיך מחזק זיין מיטן רבינ'ס עצות
תפילה והתבודדות, שטעטל, תכלית, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען אין קרית ברסלב, איך בין געווען אין בית פיגא, אין חדר און אין ישיבה; וואס זאל איך דיר זאגן, אשרינו שזכינו, מיר האבן הערליכע מוסדות. איך האב זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט כמה וכמה פעמים: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט אונזער מוסד פון קיינעם".


איך האב זיך געפרייט צו קענען זיין מיט די בחורים אין ישיבה, מיר האבן שוין היינט דריי ישיבות; אין ירושלים עיר הקודש, אין קרית ברסלב ליבערטי און אין וויליאמסבורג. איך האב פארגעלערנט די בלאט גמרא פאר די בחורים, ווייל עס גייט מיר ממש אין לעבן אריינצוברענגען אין די תלמידים די זאך פון לערנען יעדן טאג גמרא, עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען גמרא, לכל הפחות איין בלאט.


איך בין געווען אין די מוסד אפיס, איך האב דערציילט פאר די ארבעטערס, איך האב זיי געוויזן א טשעק פון איבער דרייסיג טויזנט דאלער וואס איז געקומען אין די פאסט. איך האב זייער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל מיר העלפן קענען באצאלן די איינגעשטעלטע אין די מוסדות, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס, איינער האט געשיקט א גרויסע סכום אויף די פאסט. די געלט איז אנגעקומען אן קיין נאמען (א גאנץ ווינטער איז געקומען יעדע חודש פון די זעלבע אקאונט, צדקה, וואס מען קען נישט נאכגיין די נאמען), איך ווייס נישט ווער דאס איז, איך האב נישט וועם צו זאגן שכוח, נאר פארן אייבערשטן, און איך זאג א גאנצן טאג: "שכוח אייבערשטער אז דו לאזט מיך נישט פאלן, שכוח אייבערשטער אז מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיט ריינע אמונה פשוטה און מיט אמונת צדיקים, שכח אייבערשטער אז אונזערע קינדער דארפן נישט אריבערגיין יעצט פאר אומאן בזיונות פון חדר אז זיי פארן קיין אומאן, שכוח אייבערשטער פאר אלעס".


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט קומען צום שיעור, מען מוז קומען כאטשיג איין מאל א וואך זיך מחזק זיין מיטן רבינ'ס עצות, חיזוק און שכל, אז נישט שלאפט מען איין און מען קען חס ושלום אפשלאפן די גאנצע זיבעציג יאר. קום צום שיעור, דער רבי וועט דיך אויפוועקן זאלסט צוריק אנהויבן דיינע שיעורים כסדרן, חומש, משניות, גמרא, הלכה ואגדה; נאר דאס בלייבט פונעם מענטש.


היינט אינדערפרי הער איך אין שול מענטשן זענען צעטומלט, א איד, א וואוילער איד, ער איז געווען אין די חברה הצלה, געטון חסד - איז פשוט נישט אויפגעשטאנען; ווען מען לעבט נישט מיט די מחשבה אז איין טאג גייט מען אוועק גיין פון דער וועלט ווערט מען אזוי פארלוירן און צעמישט ווען מען הערט אזעלכע געשעענישן, אבער אז מען לעבט מיט די מחשבה פון תכלית - דעמאלט גרייט מען זיך יעדן טאג אן מיט תורה, מיט תפילה, מיט גוטע מעשים; מען ווייסט אז איין טאג וועט מען דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.