בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שמיני א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
לאז אפ די ארבעט, עס לוינט נישט די פאר דאלער אז דו זאלסט אויך אנהויבן רעדן ניבול פה. ווייל מיט וועם מען דריידט זיך - אזוי ווערט מען, אז מען דריידט זיך אין אן ארבעט וואו מען לאכט פון ניבול פה, מען רעדט פון נישט איידעלע זאכן, ביז א קורצע צייט הויבט מען אליינס אן רעדן ניבול פה, און אז מען דריידט זיך מיט ערליכע אידן, יראי שמים - ווערט מען אויך נאכגעשלעפט נאך זיי, מען ווערט א ירא השם.
גיי הפצה, נישטא קיין בעסערע פרנסה ווי פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן. דער וואס גייט הפצה, ער איז מזכה נשמות ישראל צוריק צו קומען צום אייבערשטן - דער איז זייער באליבט ביים אייבערשטן. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:) "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט, ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט און ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן, עיין שם.
געב א קוק דיין ברודער, ער איז אויך געווען נישט לאנג צוריק אן איידעלער אינגערמאן, און קוק וואס פאסירט ווען מען גייט ארבעטן אין א פלאץ וואו מען רעדט ניבול פה, מען ווערט אליינס אפגעקילט.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.