בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לאז אפ די ליצנות
תשובה, אומאן, חודש אלול, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן לט) אום ראש חודש אלול: "היינט האב איך זיך זייער דערשראקן ווען איך האב געהערט בלאזן שופר; שפעטער איז צוגעקומען צו מיר מיין טאכטער אדל און מיר געזאגט: 'טאטע, היינט האב איך זיך זייער דערשראקן, איך האב תשובה געטון ווען איך האב געהערט בלאזן שופר'", האט דער רבי דעמאלט מגלה געווען דעם תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קמא) אויף די ווערטער פונעם פסוק (דברים ל, ו): "אֶ'ת לְ'בָבְךָ וְ'אֶת לְ'בַב", וואס איז נוטריקון די ווארט 'אלול'; ווען א מענטש איז זוכה און ער שפירט זיינע זינד, ער כאפט וואס ער האט אלץ געטון און ער טוט תשובה דערויף, דעמאלט טוען זיינע קינדער - סיי די קינדער, און סיי די קינדער וואס זענען נעבעך באשאפן געווארן פון זינד - פגמי הברית; אלע טוען תשובה.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין דריי און צוואנציג טעג פארן מיר קיין אומאן; בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן אין דיר תמימות, זוך אויף צווישן אנשי שלומינו גוטע חברים וואס האבן תמימות, וואס האבן נישט אין זיך קיין ליצנות, ווייל אין דעם איז אלעס אנגעהאנגען. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קלד): "הַלֵּיצָנוּת אֵינוֹ מַנִּיחַ אֶת הָאָדָם לֵילֵךְ לְצַּדִּיקִים", ליצנות האלט צוריק דעם מענטש פון גיין צום צדיק, מען קען זיין ביים צדיק און מען קען נישט מקבל זיין די קדושה וטהרה, ווייל מען האט אין זיך ליצנות השם ישמרינו.


איך בעט דיך זייער, אדער לאז אפ די ליצנות אדער קום נישט אין אונזערע ד' אמות. מוהרנ"ת האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס פלעגט קומען שטענדיג נעמען חיזוק, יענער האט זיך אויך געדרייט ביי א צווייטער מפורסם וואס איז געווען פול מיט ליצנות, האט אים רבי נתן אזוי געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן זאלסט נישט גיין צו יענעם מפורסם, אבער דאס קען איך דיר יא זאגן, אז דו גייסט צו יענעם - קום נישט צי מיר, ווייל איך קען נישט ליידן קיין ליצנות"; איך וויל דיין גוטס, איך וויל דו זאלסט האבן נחת; וועסט זען, אז דו וועסט ליב האבן ערליכע אידן, דו וועסט ארויפקוקן ערליכע אידן - וועלן דיינע קינדער זיין ערליכע אידן, אז דיין שבת טיש איז ליצנות - וואס קען מען ערווארטן פון די קינדער...?


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.