בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לאז ארויס מיין טייערער תלמיד פון תפיסה
התחזקות, מוסדות, פרנסה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהעלותך (שלח בא"י), כ' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


דאס וואס איך דריי זיך ארויס פון דיר ענטפערן, אויפנעמען וכו'; ווייל עפעס שטארק באדערט מיך.


איך האב דיר געגעבן א אינגערמאן זאל ארבעטן פאר דיר, איינע פון מיינע חשוב'סטע אינגלייט, א טייערע איידעלע נשמה, און דו האסט אים גענומען און געמאכט פאר אן עבד כנעני, אים געגעבן די כלים, מען שפילט מיט זיין מח; מען זאגט אים אז עמטליך זענען די שעות פון דעמאלט און דעמאלט, און נאכדעם איז דא א טעלעפאן, טעבלעט וכדומה פאר די איבריגע שעות, דאס הייסט, פון 9:00 ביז 7:00 זאל ער זיצן אין אפיס, און פון 7:00 ביז 9:00 אינדערפרי זאל ער זיין משועבד צו ענטפערן וואטסעפפ, אימעיל וכו'; און וואס צאלסטו אים? איז דאס גערעכט?


איך בין דיך דן לכף זכות אז דו ביסט אויך שיכור, דו האסט אויך א טעלעפאן, ביסט אויך אין תפיסה.


איך בעט און איך ווארן, לאז ארויס מיין טייערער תלמיד פון תפיסה, קענסט אים האלטן אין אפיס פון 9:00 ביז 5:00, נאכדעם איז ער מיינער, נישט דיינער; ער האט א ווייב, ער האט קינדער, ער האט א נשמה...


איך דארף מקצר זיין.