בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מוהרנ"ת אין די בריוון פון פרשת כי תבוא שרייבט ער: "לסדר 'כי תבוא לאומאן'"; מען פארט שוין צום הייליגן רבי'ן, יעדער איינער האט מניעות, יעדער האט שוועריקייטן, דאך פארט מען צום רבי'ן, און איך האף אז דו וועסט די יאר קומען, איך האף דו וועסט זיין שטארק, נישט קוקן אויף קיינעם, ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס און איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה?! קיינער טאר נישט פעלן! "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, און מען זאל מודיע זיין פאר אלע וואס גלייבן אין רבי'ן, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.
מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, יעדער איינער פארט ראש השנה צו זיין רבי, ביי אלע חסידות'ן פארט מען אוועק אויף ראש השנה און קיינער זאגט גארנישט, אבער ווען עס קומט צו פארן קיין אומאן - דרייט זיך איבער די וועלט, הימל און ערד, "היתכן מען לאזט איבער די ווייב און מען פארט אויף אומאן?!" דאס אליינס איז א באווייז אז דאס איז די קול הברה וואס וויל פארשטעלן די קול דקדושה, אז מען זאל נישט קומען צום צדיק, מען זאל נישט באקומען אלע תיקונים.
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן אונזערע ד' אמות אוועק פון די גאנצע טומל, אונזערע ד' אמות איז אפגעהיטן, מיר אלע תלמידי היכל הקודש ברענגען די קינדער צום רבי'ן, און אפילו מען האט נישט קיין געלט - געבט מען אוועק פון די אנדערע באקוועמליכקייטן, מען שפארט אפ געלט אינמיטן יאר אז מען זאל קענען ברענגען די קינדער צום רבי'ן.
גיי א שפאציר, שמועס אויס דיין הארץ, בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד און קענען אלעס פאררעכטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.