בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, (חקת בא"י), ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, מאנסי
איך הער זאגן אז דו ווילסט זיך אוועק ציען פון מאנסי, דו האסט פייגלעך אין קאפ צו פארן קיין פלארידע; וויסן זאלסטו, א איד וואס זוכט וואו צו קויפן א הויז, וואו צו וואוינען - קוקט נישט וואו מען קען האבן א גרויסע פאלאץ פאר ביליג, און וואו מען צאלט ווייניג טעקס (שטייער), א איד קוקט אויף איין זאך: 'וואו וועל איך קענען אויפברענגען מיינע דורות מיט יראת שמים? און מיינע דורות זאלן נישט גיין מטה מטה'; נאר אויף דעם קוקט א איד; וואו איז דא גוטע ערליכע מוסדות, וואו איז דא א גוטע שול מיט אן ערליכע רב וואס וועט מיך מחזק זיין צו דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג, ער וועט מיך מחזק זיין נישט אריינצומען אין שטוב די טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער, און וואו איז דא אן ערליכער דיין וואס וועט מיר העלפן מיט מיינע שאלות; דאס איז א איד, און נאר אויף דעם דארף מען קוקן.
טייערער ברודער, הארציגער חבר, היינט איז דא נייע געגנטער וואס ווערן געפירט דורך ערליכע קהילות, ערליכע רבנים, דארט לוינט צו גיין וואוינען, דארט זאלסטו קויפן א דירה, אזוי וועסטו האבן סיי די גרויסע דירה; דיין ווייב און קינדער וועלן קענען לעבן במנוחה, אינאיינעם מיט יראת שמים, אבער חס ושלום זיך אוועק ציען פון אן ערליכע געגנט צו א געגנט וואס ווערט געבויט דורך ביזנעסלייט (דעוועלאופערס), א געגנט וואו עס וואוינען משפחות וואס הערן נישט אויס קיין רבנים און דיינים; ביי דעם איז געזאגט געווארן וואס די הייליגע חכמים זאגן (הוריות יב.): "תִיבוּ אַקִּילְקְלֵי דְּמָתָא מְחַסְיָא, וְלֹא תִּיבוּ אַפַּדְנֵי דְּפוּמְפְּדִיתָא", ענדערש זאלט איר זיצן אין די מיסט פון די שטאט מתא מחסיא וואס איז געווען א שטאט מיט ערליכע אידן, ווי צו וואוינען אין די פאלאצן פון פומבדיתא וואס די איינוואוינער זענען נישט געווען ערליך; מען קען פארלירן די קינדער מיט די אייניקלעך השם ישמרינו.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש.