בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער זון הרב ... שליט"א
איך האב גרויס נחת פון דיר, איך און מאמי תחי' פרייען זיך זייער צו באקומען גאר שיינע גריסן אויף דיר, פון דיין התמדת התורה און דיינע גוטע מידות ויראת שמים.
גיי שלאפן פרי, פעניע נישט אפ די נעכט, און שטיי אויף פרי, לערן דיינע שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מאך זיך א פלאן צו ענדיגן כל התורה כולה.
אויך זאלסטו גיין אין פעלד זיך מתבודד זיין, גיי הינטער דיין הויז, לייג א בענקל צווישן די ביימער, א קביעות'דיגע מקום, און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו זיין א צדיק, נישט מסיח דעת זיין פון אים.
בנוגע כולל, בנוגע לערנען ספרי אחרונים וכו'; לערן בעיקר טור בית יוסף, מחבר רמ"א, טורי זהב און מגן אברהם; דאס זאלסטו לערנען און גוט קענען, מער פון דעם וועט דיך נאר מער צעמישן.
איך ווייס אז היינטיגע אברכים זיצן שעות און לערנען וכו', אבער פון זיידע זכרונו לברכה האב איך מקבל געווען צו לערנען הלכה; טור בית יוסף, שלחן ערוך, טורי זהב מגן אברהם; אז דו וועסט אזוי לערנען – וועסטו מצליח זיין.