בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די וואך האבן מיר די מעשה ווי יעקב אבינו חלומ'ט זיך ווי נעבן אים ליגט א לייטער וואס גייט ארויף ביז צום הימל; דאס לערנט אונז זייער אסאך, אז אפילו מיר זענען אראפגעפאלן, מיר זענען אויפן ערד, פארשלאפן, פאר'חלומ'ט - האבן מיר א וועג אנצוקומען צום אייבערשטן, דורך רעדן צום אייבערשטן, אים בעטן אויף וואס מיר דארפן.
איך גיי היינט מיט די תומכים פון אונזער כולל, איך קען נישט ווייטער שרייבן; מיר פארן אוועק זיין א גאנצע טאג אינאיינעם, לערנען און דאווענען אינאיינעם. איך האב זייער אסאך הכרת הטוב פאר אלע אנשי שלומינו וואס העלפן מיר אויסהאלטן די כולל וואו אינגעלייט זיצן און לערנען בהתמדה רבה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.