בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
ווי אזוי איז מען זוכה צו ווערן א צדיק? אויב מען פאלגט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מען מאכט יעדן טאג צייט צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, מאמע לשון, שמועסן און בעטן אויף אלעס וואס דריקט אויפן הארץ; דאס איז די וועג צו ווערן א צדיק.
מען דארף האבן אסאך סבלנות, עס גייט נישט אין איין מינוט, אויך דארף מען וויסן אז עס נעמט צייט צו ווערן רגיל אין די עבודה פון קענען בכלל אנהייבן רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן; אין אנהייב איז די אמונה נישט אזוי קלאר אז מען זאל שפירן דעם אייבערשטן נעבן זיך, אין אנהייב איז שווער דאס קענען ארויס זאגן אפילו איין ווארט, אבער אז מען איז אן 'עקשן', מען שטייט אויף די זאך, מען בעט אויף דעם אליינס, אז מען זאל קענען רעדן צום אייבערשטן – ווערט עס מיט די צייט גרינגער.
דער הייליגער רבי האט געזאגט אז נאר דורך די זאך פון רעדן צום אייבערשטן בתמימות ובפשיטות טעג און יארן, נאר מיט דעם האט ער זוכה געווען צו קומען צו זיינע מדריגות, און דאס איז חסידות ברסלב; דער רבי טוט אונז אויפוועקן פון שלאף, מיר זאלן נישט זיין פארנומען מיט אונזערע דמיונות, נאר מיר זאלן אנהייבן לעבן מיט אמונה, רעדן צום אייבערשטן, אים דאנקען און אים בעטן אויף יעדע זאך.
וואויל איז דעם מענטש וואס פאלגט דעם רבי'ן, וועט ער זוכה זיין צו קומען צו די הויכע מדריגה פון לעבן מיט א שטארקע דביקות.