בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך וועל פרובירן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דיר ענטפערן אויף אלע דיינע פראגעס.
אויף די פראגע: 'וואס זאגט מען מיט קינדער ביי קריאת שמע שעל המיטה?' דער ענטפער איז, מען גייט צוביסליך. גאר קליינע קינדער, פון צוויי יאר אלט - ליינט מען די ערשטע פרשה, ווען זיי זענען גאר יונג קענען זיי נאכנישט מיט זאגן, אבער זיי הערן דאס איינמאל און נאכאמאל, ביז עס גייט אריין אין זיי, און ווען זיי הייבן אן רעדן - קענען זיי שוין די חלק קריאת שמע, נאכדעם גייט מען נאך א שטיקל, ביז זיי קענען שוין אליינס ליינען, דעמאלט ליינען זיי די גאנצע קריאת שמע.
אויף די פראגע וועגן האבן א מאשינדל וואס מען קען אריינלייגן א קארטל און זען זאכן; דער ענטפער איז, נעם נישט אריין אין שטוב די זאכן; נישט קיין חילוק פארוואס מען דארף עס, נאר פאר מוזיק און נאר פאר דאס און יענץ, געב אכטונג אז דיין שטוב זאל זיין ריין, עס איז דא גענוג וועגן וויאזוי מען קען הערן מוזיק אויף א וועג וואס מען קען נישט זען קיין שום זאכן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.