בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך וויל זייער אז אלע ווייבער וואס זענען אין אונזער קהילה - זאלן זיך שערן די האר. מוהרא"ש האט געבויט די קהילה, און דאס איז געווען ביי אים פון די שטארקע יסודות, אז מען זאל זיך אפשערן די האר נאך די חתונה; דארף מען אים פאלגן.
דער הייליגער זוהר שרייבט זייער שארף, אז א פרוי וואס גייט מיט די אייגענע האר און מען זעט דאס ארויס - וועט אין דעם שטוב זיין דחקות ועניות, מען וועט זיך זייער מוטשען מיט די קינדער. דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה' דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיך געפינען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.
לכבוד דעם נייעם יאר זאל מען זיך מקבל זיין די זאך אין צניעות, מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "מען וואלט געקענט איינשפארן אסאך צרות און יסורים וועגן דאס ביסל האר, אבער וואס זאל מען טון אז מענטשן זענען ענדערש גרייט צו ליידן ווי זיך אפשערן". עס זענען דא וואס זאגן אז ענדערש זאל מען גיין מיט א טיכל און מיט די אייגענע האר ווי צו גיין מיט א שייטל, אבער אלע צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש גיין א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".
מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:
די ערשטע געלעגנהייט וואס מען קען - גייט מען אריבער צום ציון (אז מען קען קודם גיין אין מקוה - מה טוב ומה נעים). מען גייט צום ציון מיט כבוד, אנגעטון מיט דרך ארץ אזוי ווי עס פאסט. מען געבט א פרוטה לצדקה לזכות רבינו נחמן בן פיגא און מען זאגט די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און נאכן זאגן די תיקון הכללי זאגן מיר די תפילה פון רבי נתן. מוהרא"ש זאגט, די תיקון הכללי איז די אפעראציע, דער רבי מאכט אן אפערעציע ארויס צו נעמען די שלעכטע בלוטן, די עבירות, און די תפילה פון רבי נתן איז דאס אפוואשן די בלוט מיט די אייטער.
ביים ציון עסט מען נישט און מען טרינקט נישט, דער ציון איז נישט קיין פלאץ פון פארברענגען וכו'; דער ציון איז קודש קדשים, מען דארף דאס היטן מיט די גרעסטע כבוד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.