בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לערנען יעדן טאג אינדערפרי
תפילה והתבודדות, שטעטל, פרנסה, לימוד התורה, מנין

בעזרת ה' יתברך


א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים שיחיו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי


איך האב זיך זייער מחי' געווען צו זיין צווישן אייך דורכאויס די זומער וואכן צוזאמען מיט די בחורים; אין בין צוריק געפארן קיין וויליאמסבורג אבער איך וועל ווייטער זיין מיט אייך.


איך וויל זייער שטארק בעטן אלע אינגעלייט מען זאל קומען לערנען אינדערפרי פאר'ן דאווענען. מען וועט דאווענען יעדן טאג זיבן אזייגער; איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט אלע קומען לערנען אינדערפרי, דער טאג איז אן אנדערע טאג ווען מען לערנט אינדערפרי, דער טאג איז אן אנדערע טאג ווען מען הייבט דאס אן מיט לערנען און דאווענען און א מקוה, עס איז דא א ברכה אינעם טאג; אמאל קען מען ארבעטן ביטער שווער א גאנצן טאג אבער עס איז נישטא קיין ברכה אינעם טאג, אבער אז מען הייבט אן דעם טאג מיט תורה ותפילה איז דא א ברכה אין די ארבעט.


נאכן דאווענען זאלט איר טאנצן; צינדט אן לעבעדיגע מוזיק פאר אפאר מינוט און טאנצט: "אשרינו מה טוב חלקינו שזכינו להתקרב לרבינו!" ווי גליקליך זענען מיר אז מיר ווייסן פון רבי'ן, ווי גליקליך זענען מיר אז מיר האבן א רבי וואס לערנט אונז ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, נישט ווערן פארלוירן ווען עס גייט נישט ווי מען וויל.


אויך זאלט איר קומען דאווענען מנחה מעריב און מיט האלטן דעם שיעור גמרא, אבער נישט בלייבן ביינאכט שמועסן; ביינאכט דארף מען זיין אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, מען קען נישט בלייבן אינדרויסן שמועסן.


נוצט אויס די פעלדער און וועלדער מיט התבודדות; עס איז אזוי געשמאק צו שפאצירן אין שטעטל מיט'ן אייבערשטן, זיך אויסשמועסן דאס הארץ און אים בעטן מען זאל נישט פארפאלן ווערן, מען זאל זיין ערליך.


שרייבט מיר וואס איר ווילט פרעגן און וויסן, איך וועל אייך גלייך ענטפערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.