בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
דיין טאכטער האט זייער געוויינט צו מיר, זי האלט שוין נישט אויס, זי וויל חתונה האבן. וויל איך דיר בעטן מיין ליבער חבר, מאך איר א כלה, טו וואס איז ריכטיג, וואס שטייט אין די תורה; ווייל היינט איז א גרויסע סכנה, דער דור פאלט טויזנטער דרגות יעדן טאג און עס איז א גרויסע רחמנות אויף אונזערע קינדער, די נסיונות זענען געפערליך און עס איז דא נאר איין עצה - זיי חתונה מאכן.
ליבער ברודער, מאך דיין טאכטער א כלה, ראטעווע איר ווי לאנג זי איז ערליך און ריין; ווארט נישט זי זאל פאלן, זי איז א גוט קינד, אן אויסגעצייכנטע תלמידה, אבער מען דארף וויסן אז אויסגעצייכנט מיינט נישט צו זאגן אז מען בלייבט אויסגעצייכנט; נאר אז מען גייט אין די תורה וועג - קען מען בלייבן אויסגעצייכנט.
יעצט וועט מען מוזן מודה זיין צו מוהרא"ש, ווען עס קומען אריין שרעקליכע מעשיות פון די שענסטע און בעסטע מוסדות, ווי מיידלעך פאלן אין עבירות, יעצט וועט מען מוזן אויפהערן לאכן פון מוהרא"ש און טון וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אז נאר חתונה האבן איז די עצה; נאר חתונה האבן ראטעוועט דעם דור.
איבערפעינטן א הויז קען מען שפעטער, אבער א שידוך טון - איז קיינער נישט פארזיכערט אז מען וועט קענען טון שפעטער.