בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאך דיין סדר היום צו גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי
שלאפן, מקוה, ריינקייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט צוריק גיין אויף דיין אלטע סדר היום, אמאל האסטו געהאט א בעסערע סדר, ביסט געגאנגען שלאפן פרי און אויפגעשטאנען פארטאגס; דאס איז א בעסערע סדר ווי גיין שלאפן שפעט און אויפשטיין די לעצטע מינוט.


גלייך נאך מעריב זאלסטו זיך גרייטן צו גיין שלאפן, פאר'ן שלאפן זאלסטו זיך מתבודד זיין; געב זיך איבער צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף דיין גאנצע טאג און ער זאל דיר העלפן מצליח זיין אויף ווייטער.


אינדערפרי זאלסטו דאס ערשטע זאך גיין אין מקוה, אויך זאלסטו מקפיד זיין זיך אפצואוואשן (שאוע"ר). חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נ:): "רוֹחֵץ אָדָם פָּנָיו יָדָיו וְרַגְלָיו בְּכָל יוֹם בִּשְׁבִיל קוֹנוֹ", א מענטש זאל זיך אפוואשן דעם גאנצן קערפער יעדן טאג, מען זאל זיין ריין פאר'ן אייבערשטן.


דאווען, עס פת שחרית, נעכדעם טו וואס דו האסט צו טון, און ווען דו האסט אביסל צייט כאפ אריין א פרק משניות, אביסל חומש רש"י, תהילים און גמרא.