בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאך הפצה פאר כולל אינגעלייט
שלום בית, הפצה, עצתו אמונה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד האברך היקר לי ... נרו יאיר.


וואויל איז דיר אז דו האסט אנגעהויבן גיין הפצה; דו פארשפרייטסט די ליכטיגע עצות פון רבי'ן פאר אנדערע. עס איז א גרויסע רחמנות אויף מענטשן וואס ווייסן נישט פון די שיינע זיסע וועגן פון רבי'ן.


בעיקר זאלסטו גיין צווישן כולל אינגעלייט, זיי דארפן נאך דאס מערסטע חיזוק; די אינגעלייט, יונגע אברכים וואס האבן יעצט חתונה געהאט זיי דארף מען עפענען די אויגן זיי זאלן זען אז מען קען לעבן א לעבן, זיין דבוק צום אייבערשטן צוזאמען מיט די ווייב.


רוב אינגעלייט ווייסן נישט דערפון, זיי האבן יסורים ווייל פון איין זייט ציט זיי אהיים צו גיין צו די ווייב און פון די אנדערע זייט האט מען זיי אזוי פארדריידט דעם קאפ אז מען טאר נישט טראכטן פון די ווייב, מען זאל נישט צופיל אהיים גיין וכו', זיי קוקן אויף די ווייב ממש כאילו כפאו שד.


בעט איך דיר זייער, זוך אויף די קונטרסים "עצתו אמונה" וואס האבן אין זיך הנהגות פאר אינגעלייט, וואו זיי וועלן קענען ארויס נעמען רמזים, זיין א מבין דבר מתוך דבר, וויסן ווי אזוי צו לעבן אן ערליכע לעבן מיט די ווייב, זוכה זיין צו האבן א ריינעם מח, א זויבערע מחשבה און קענען דינען דעם אייבערשטן בשמחה ובטוב לב.