בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאך זיך א שיעור אין דעם קליינעם ספר צוואת מוהרא"ש
אמונה, התחזקות, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, השגחה פרטית, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון אזא רבי, אזא רחמנות'דיגער רבי, אזא דערבארעמדיגער רבי וואס איז אונז מחי' און מחזק א גאנצן צייט, און פאר זיינע הייליגע תלמידים וואס שיינען אונז א ליכטיגקייט, מיר זאלן זיך מחזק זיין שטענדיג מיט אמונה.


דו האסט אזויפיל סטרעס און אזויפיל זאכן וואס גייען דיר נישט ווי דו ווילסט, אפשר איז כדאי זאלסט זיך חזר'ן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן אין זיין צוואה; די ווערטער וועלן דיר זיכער אריינבלאזן פרישע כוחות און דו וועסט באקומען א שטארקע אמונה.


מוהרא"ש בעט אונז (צוואת מוהרא"ש, אות יד): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר דַארְפְט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דָאס לֶעבְּן פוּן אַ מֶענְטְשׁ אוֹיף דִי וֶועלְט אִיז זֵייעֶר זֵייעֶר שְׁוֶוער אוּן בִּיטֶער, מֶען פְּרוּבִּירְט אוֹיס יֶעדְן מֶענְטְשׁ מִיט אַנְדֶערֶע שְׁוֶוערֶע נִסְיוֹנוֹת, אוּן דָאס אַלֶעס אִיז נָאר מִיטְן צִיל צוּ זֶען צוּ וֶועם דֶער מֶענְטְשׁ וֶועט זִיךְ וֶוענְדְן וֶוען עֶס קוּמְט אוֹיף אִים אַ צָרָה.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ אַז אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט לָאזְן צוּבְּרֶעכְן פוּן קַיין שׁוּם שְׁוֶוערִיקֵייט וָואס גֵייט אוֹיף אַייךְ אַרִיבֶּער סֵיי בְּגַשְׁמִיוּת אוּן סֵיי בְּרוּחֲנִיוּת. אִיר זָאלְט אַייךְ פְּרוּבִּירְן צוּ הַאלְטְן פְרֵיילִיךְ אוּן לוּסְטִיג דֶעם גַאנְצְן לֶעבְּן. שִׂמְחָה אִיז דֶער כֵּלִי אַרָאפּ צוּ בְּרֶענְגֶען אַלֶע יְשׁוּעוֹת אוּן רְפוּאוֹת. וִוי מֶער פְרֵיילִיךְ אַ מֶענְטְשׁ אִיז, אַלְץ אַ גְרֶעסֶערֶע אוּן שֶׁענֶערֶע יְשׁוּעָה בְּרֶענְגְט עֶר אַרָאפּ. שִׂמְחָה בְּרֶענְגְט פַאר אַ מֶענְטְשׁ הַרְחָבַת הַדַעַת, אוּן וֶוען מֶען הָאט הַרְחָבַת הַדַעַת קֶען מֶען מְקַבֵּל זַיין אַלֶע גוּטֶע זַאכְן וָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער שִׁיקְט, מֶען קֶען מְקַבֵּל זַיין אַלֶע רוּחְנִיוּת'דִיגֶע אוֹרוֹת פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


דֶער אֱמֶת אִיז אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט בַּאשַׁאפְן אוּן עֶר דֶערְהַאלְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, עֶר פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן דָאס אַלֶעס וָואס גֵייט אַרִיבֶּער אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ צָרוֹת אוּן יִסוּרִים אִיז נָאר צוּ אוֹיסְלַייטֶערְן דֶעם מֶענְטְשׁ. דֶער מֶענְטְשׁ הָאט אַ שְׁוֶוערֶע גוּף, וָואס מֶען קֶען נִישְׁט אוֹיסְלַייטֶערְן נָאר דוּרְךְ שְׁוֶוערִיקַייטְן אוּן יִסוּרִים.


דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ פְרֵייעֶן וֶוען אִיר הָאט יִסוּרִים, חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרֵאשִׁית רַבָּה ט) "טוֹב מְאֹד זוּ מִדַת יִסּוּרִין, שֶׁעַל יָדֶיהָ הַבְּרִיוֹת בָּאִים לְחַיֵי עוֹלָם הַבָּא" - דִי יִסוּרִים וָואס אַ מֶענְטְשׁ הָאט, אִיז זֵייעֶר גוּט פַאר אִים, וַוייל דָאס בְּרֶענְגְט אִים צוּ חַיֵי עוֹלָם הַבָּא. דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ פְרֵייעֶן אַז אִיר בַּאקוּמְט דִי יִסוּרִים וָואס וֶועט אוֹיסְלַייטֶערְן אֵייעֶר גוּף פוּן אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע זַאכְן וָואס הָאבְּן זִיךְ אָנְגֶעקְלֶעבְּט אִין אִיר.


גֶעדֶענְקְט גוּט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרָכוֹת ה.) כָּל שֶׁהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא חָפֵץ בּוֹ, מְדַכְּאוֹ בְּיִסּוּרִין. וְאִם קִבְּלוֹ בְּאַהֲבָה, יִרְאֶה זֶרַע יַאֲרִיךְ יָמִים" - וֶועם דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט לִיבּ, שִׁיקְט עֶר אִים יִסוּרִים, אוּן אוֹיבּ דֶער מֶענְטְשׁ אִיז עֶס מְקַבֵּל בְּאַהֲבָה, וֶועט עֶר הָאבְּן גוּטֶע קִינְדֶער אוּן אַ לַאנְג לֶעבְּן.


מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, וָואס זָאל אִיךְ אַייךְ זָאגְן? אִיר קֶענְט זִיךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וִויפִיל יִסוּרִים אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ אִיךְ הָאבּ גֶעלִיטְן אוֹיף דֶער וֶועלְט, אִיךְ הָאבּ מַמָשׁ נִישְׁט גֶעהַאט קַיין אֵיין גוּטְן טָאג אִין מַיין לֶעבְּן, אָן קַיין גֻּזְמָא. אִיךְ הָאבּ יֶעדְן טָאג גֶעוֵויינְט פוּן דִי פִילֶע צַעַר אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעהַאט פוּן אַלֶע זַייטְן, פוּן אִינֶעוֵויינִיג אוּן פוּן אִינְדְרוֹיסְן. אָבֶּער אִיךְ הָאבּ זִיךְ שְׁטֶענְדִיג גֶעטְרֵייסְט מִיט דֶעם אַז בָּרוּךְ ה' אִיךְ גְלֵייבּ אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אִיךְ וֵוייס אַז אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אַלֶעס וֶוערְט גֶעפִירְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אִיךְ בִּין נָאר אַנְטְלָאפְן שְׁטֶענְדִיג צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן נָאר דָאס הָאט מִיר גֶעהָאלְפְן אִיבֶּערְקוּמֶען מַיינֶע צָרוֹת אוּן יִסוּרִים.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר אוֹיךְ טוּן דִי זֶעלְבֶּע, אִיר זָאלְט חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט הָאבְּן קַיין טַעֲנוֹת אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, זִיךְ נִישְׁט אָפְּרֶעדְן אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. גֶעדֶענְקְט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (תַּנְחוּמָא תֵצֵא) "צָרִיךְ הָאָדָם לְהַחְזִיק טוֹבָה לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּזְמַן שֶׁהַיְסוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָה? שֶׁהַיְסוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וֶוען עֶר שִׁיקְט אִים יִסוּרִים. פַארְוָואס? וַוייל דִי יִסוּרִים שְׁלֶעפְּן דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. נָאךְ זָאגְן דִי חֲזַ"ל (סִפְרִי וָאֶתְחַנַּן) "יְהֵא אָדָם שָׂמֵחַ בְּיִסּוּרִין יוֹתֵר מִן הַטוֹבָה, שֶׁאִילוּ הָאָדָם בְּטוֹבָה אֵין נִמְחָל לוֹ עָווֹן שֶׁבְּיָדוֹ, וּבִּיְסוּרִין נִמְחָל לוֹ" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף זִיךְ מֶער פְרֵייעֶן מִיט דִי יִסוּרִים וָואס עֶר בַּאקוּמְט וִוי מִיט דִי גוּטְס וָואס עֶר בַּאקוּמְט, וַוייל וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט נָאר גוּטְס וֶועט עֶר מִיט דֶעם נִישְׁט אָפְּקוּמֶען זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער וֶוען עֶר הָאט יִסוּרִים וֶועט דָאס אָפְּמֶעקְן אַלֶע זַיינֶע עֲבֵירוֹת.


*


איך האב דיר מעתיק געווען א חלק פון די אות; הלואי וואלסטו זיך געמאכט א שיעור אין דעם קליינעם ספר צוואת מוהרא"ש, און דאס געלערנט - וואלסטו נישט אזוי צעבראכן געווארן פון יעדע זאך וואס גייט אויף דיר איבער.


בנוגע דעם קאמפיין; איך האף דו וועסט העלפן צוזאמנעמען געלט פאר דיין מוסד, איך האף דו שעמסט זיך נישט מיט מיר און דו וועסט בעטן אלע דיינע באקאנטע זאלן העלפן דיין מוסד.


היינט נאכט וועט אם ירצה ה' זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אין שטעטל, אין בית המדרש היכל ראזענבערג הינטן ביי די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.