בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
געב אכטונג אויף כיבוד אב ואם. חכמינו זכרונם לברכה רופן אן די מצוה "חמורה שבחמורות" (ירושלמי פאה א, א). רוף דיינע עלטערן, און אז דו קענסט אריבערגיין צו זיי - איז דאס זייער א גרויסע מצוה.
בנוגע חנוכה מתנות וכו'; מאך נישט קיין מחלוקת, און אז דיינע געשוויסטער נעמען צאם געלט צו קויפן א חנוכה מתנה פאר טאטע און מאמע וכו' - זאלסטו נישט מאכן מחלוקות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.