בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאכט א חשבון אויב איך האב אייך פארפירט
חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהר בחקותי, י"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב געהערט אלע טענות וכו'.


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך מאכן א חשבון אויב איך האב דיך אפגענארט ביז אהער; מאך זיך א חשבון, פון ווען דו ביסט אריינגעקומען אין ישיבה, האסט אויסגעזען ווי אזוי דו האסט אויסגעזען וכו', און ברוך השם קוק ווי דו שטייסט, האסט חתונה געהאט, האסט א גוטע שלום בית, האסט ערליכע קינדער, האסט נחת פון דיינע קינדער, אלע זענען אזוי וואויל און טייער, מאך זיך א חשבון וואס דו האסט באקומען דא ביים רבי'ן, און אז ביז אהער האב איך דיך נישט פארנארט - איז פארוואס זאלסטו יעצט ווערן ברוגז אויף מיר אז איך האב גענומען דיין טאכטער'ס כיתה און צאמגעשטעלט מיט נאך א כיתה? פארוואס זאלסטו ווערן אנגעדרייט און אויפגעברויזט? איך האב דען א נגיעה דיר צו מאכן שלעכט? איך ווייס אויך פון אלע סיבות פארוואס נישט צו מאכן אזוי, און אז מען האט יא צאמגעשטעלט - וואס דארפסטו זיין ברוגז אויף מיר?


דאס אז דיין טאכטער וויל נישט, און זי איז נישט פרייליך - דאס קענסטו אליינס מיט דיין ווייב פאררעכטן, קינדער זינגען די ניגונים וואס מען הערט אין שטוב; די הייליגע חכמים זאגן (תנחומא וישלח, ז): "כְּאִמָּה, בִּתָּהּ", די זעלבע ניגון וואס די עלטערן זינגען - זינגען די קינדער, "שׁוּתָּא דְּיָנוּקָא בְּשׁוּקָא, אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ" (סוכה נו:), די שפראך וואס קינדער רעדן - איז אדער פון טאטן אדער פון מאמען; אז דו וועסט איר מחנך זיין זי זאל זיין דרך ארץ'דיג און זיך חבר'ן מיט אלע קינדער און קיינעם נישט וויי טון - וועט זי זיין פרייליך און צופרידן; איך בעט דיר זייער, מאך מיר נישט שווערער מיין ארבעט, ענדערש זאלסטו מיר העלפן; זאג דיין ווייב זי זאל קוקן ווי שיין מען האט געמאכט ביז אהער און עס וועט נאך ווערן בעסער און שענער.


אונזער שיטה איז אז מיידלעך דארפן לערנען נאר איין זאך: 'אמונה', 'יראת שמים' און 'גוטע מידות'; דאס איז בית פיגא, און דאס קען מען לערנען מיט אלע אינאיינעם, מען דארף נישט באזונדערע טיטשערס פאר יעדע יארגאנג; ווען מיר האבן געעפנט די סקול האבן מיר לכתחילה געלייגט אלע כיתות אינאיינעם, נאר מיט די צייט, אז עס איז געווארן גאר אסאך קינדער - האבן מיר אפגעטיילט די כיתות לויט די יארגענג, אבער נישט אז עס איז א חסרון צו לערנען יונגערע מיט עלטערע, און נישט אז עפעס וועט פעלן פאר די קינדער.


יארן צוריק איז געווען אין די וויליאמסבורגע סקול פינקט אזא מעשה, (פרעג זיך נאך ביי דיינע חברים, די וואס האבן געהאט קינדער אין יענע כיתה); איך האב צאמגעשטעלט צוויי כיתות, און וואס מען האט מיט מיר געטון וויל איך נישט איבער'חזר'ן, ווייל איך האב אסאך מתפלל געווען עס זאל ארויס גיין פון מיין הארץ, איך זאל אלעמען פארגעבן, עס זאל קיינעם נישט שאטן, די עלטערן האבן זיך צאמגענומען און מיך געסטראשעט, עד כדי כך, אז גאנצע משפחות זענען אוועק פון היכל הקודש. איך האב דעמאלט אסאך מתפלל געווען, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן: "וואס טו איך? איך וויל נאר טון וואס איז ריכטיג, איך וויל קיינעם נישט מאכן שלעכט"; פרעג דיינע חברים וואס פאר א שיינע נחת זיי האבן פון די קינדער וואס האבן געלערנט אין די צאמגעשטעלטע כיתות.


מיינע קינדער האבן אלע יארן געלערנט אין צאמגעשטעלטע כיתות, און געלויבט דעם אייבערשטן זיי זענען זייער פרייליך און פירן שיינע שטיבער, און אז דו וועסט מיך נישט שטערן, דו וועסט מיר העלפן - וועסטו אויך זען מיט דיינע אויגן די שיינע נחת.


איך בעט דיר זייער, מאך זיך א חשבון, און אויב די חשבון קומט אויס אז דו ווערסט דא פארפירט - זאלסטו זיך נישט לאזן פארפירן, זאלסט בעטן דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו טרעפן א פלאץ וואו מען וועט דיך נישט פארנארן און פארפירן חס ושלום. דאס האט אונז דער רבי אויסגעלערנט, מען זאל שרייען צום אייבערשטן, מען זאל זיך נישט אפנארן. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מען דארף זייער אכטונג געבן מען זאל זיך נישט אפנארן, מען קען זיין אפילו אין ברסלב און זיך פאררופן א ברסלב'ער חסיד און מען נארט זיך, מען דאווענט נישט, מען לערנט נישט וכו' וכו'; זאלסט זיך מאכן א חשבון הנפש: 'וואס באקום איך אין האנט?' און אז איך האב דיך נישט פארפירט ביז אהער - זאלסטו מיר העלפן מיט וואס מיר טוען, און אז דו וועסט מיר העלפן - וועסטו גאר שיין פארדינען.


נאכאמאל, אז דו ווילסט דיין טאכטער זאל זיין פרייליך - האט דאס נאר מיט דיר און מיט דיין ווייב; ענק זאלן איר אויסלערנען זיין פרייליך און זיך פירן ריכטיג, איר אויסלערנען צו האבן גוטע מידות; נישט וויי טון קינדער וואס זענען א יאר ארויף אדער א יאר אראפ, און זיך פירן מיט דרך ארץ. ברוך השם אז מיר האבן אויך קינדער, און מיינע קינדער האבן אויך זייערע געפילן און זאכן וואס זיי ווילן, און מיר די עלטערן לערנען די קינדער וואס די לעבן איז, זיך פרייליך מאכן, זיך זיס מאכן.


קענסט מאכן קאפיס פון דעם בריוו און דאס ווייזן פאר די עלטערן וואס רופן דיין ווייב וכו', זיי מחזק זיין זיי זאלן זיך אויך מאכן די חשבון אויב זיי ווערן פארפירט, ווייל חס ושלום זיך צו לאזן פארפירן, אבער אז די חשבון קומט ארויס אז מען איז זוכה צו באקומען ביים רבי'ן וואס מען באקומט – זאל מען ווייטער געטרויען די מוסד.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.