בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מ'דארף זייער אכטונג געבן אויף איסור יחוד
קדושה, סיפורי צדיקים, הלכה, מלכות הרשעה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איסור יחוד ביי א פעטער מיט א ניס איז גארנישט אנדערש ווי ביי א פרעמדע; דו טארסט נישט זיין מיט דיין ניס אליין. פון די דריי יאר הייבט זיך אן איסור יחוד, מענטשן ווייסן נישט, מען כאפט זיך נישט, מען לאזט איבער די קינדער ביי ברידער און שוועסטער; מען איז עובר אויף איסור יחוד.


אזוי אויך ביי א נעפיו מיט א מומע איז אויך דא איסור יחוד; פון די ניין יאר טאר מען נישט זיין מיט א מומע אליין אין א הויז, הגם עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז נישטא קיין איסור יחוד ביי א נעפיו מיט א מומע (עיין רבינו ירוחם נתיב כ"ג חלק א', קצב-א'; ועוד), אבער מיר זענען נישט מקיל נאר אויב עס איז א גרויסער שעת הדחק און מען באקומט א היתר פון א רב.


געב זיך זייער אכטונג נישט עובר צו זיין אויף איסור יחוד, לויט רוב פוסקים איז איסור יחוד אן איסור דאורייתא (טור אבן העזר סימן כב, ועוד ראשונים); מענטשן קענען נישט די הלכות, מען ווייסט נישט ווי הארב דאס איז.


עס ווערט געברענגט א שרעק פון א מעשה (קונטרס שביבי לב להרב הגאון רבי אליהו לפיאן זכרונו לברכה, אות קכד) וואס האט פאסירט מיט די טאכטער פונעם הייליגן צדיק רבי יעקב זכר צדיק לברכה, דער רב פון שטאט ליסא, דער מחבר פונעם ספר נתיבות המשפט. נאך זיין פטירה האט זיין ווייב די אלמנה געדארפט איינרישן זיין טאכטער צו חתונה האבן, זי איז געפארן מיט א גוי איינקויפן אלעס פאר די טאכטער'ס חתונה, דער גוי דער בעל עגלה האט זיך בארעכנט אינמיטן וועג אז ער גייט זיי אויסנארן, ער האט זיי גענומען צו זיך אהיים, די מאמע מיט די כלה זענען אנגעקומען צום גוי אין שטוב, דער גוי האט גערופן זיינע חברים, זיי האבן צוגענומען די גאנצע געלט פון די מאמע און זיי האבן געוואלט פארברענען די מאמע מיט די כלה. זיי האבן אנגעצינדן די אויוון און זיי האבן שוין געוואלט אריינווארפן די מאמע מיט די כלה אין אויוון, פלוצלונג איז אנגעקומען דארט א דייטשער אפיציר און די רוצחים זענען אנטלאפן, דער אפיציר האט אויפגעבינדן די מאמע מיט די כלה, זיי צוריק געגעבן די געלט און זיי אהיים געטראגן.


ביינאכט חלומ'ט זיך די כלה ווי איר טאטע דער הייליגער צדיק קומט איר אין חלום און זאגט איר: "ווען איך האב זיך דערוויסט אז איר זענט אין א צרה בין איך ארויף אין זייער א הויכע פלאץ אין הימל, איך האב געבעטן מען זאל רחמנות האבן אויף ענק, האט מען געענטפערט אז מען קען נישט רחמנות האבן אויף ענק ווייל איר האט עובר געווען אויף איסור יחוד מיט דעם גוי, האב איך געבעטן מען זאל רחמנות האבן אויף ענק בזכות די תורה וואס איך האב געלערנט, בזכות דער ספר נתיבות המשפט וואס איך האב מחבר געווען, האט מען ענק באפרייט; געב אכטונג אויף דעם, איר זאלט נישט נכשל ווערן אין איסור יחוד". די כלה האט דאס פארציילט פאר די ראשי קהילה און זיי האבן דאס פארשריבן, מען זאל געדענקען די מעשה, כדי מען זאל זיך אכטונג געבן פון דעם איסור.


בנוגע דאס וואס די מלכות הרשעה שלעפט דיר צו קומען ביי זייער טריפה'נע מיליטער; נעם די עצה פון רבי'ן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד; ועיין ליקוטי הלכות נפילת אפים, הלכה ד' אות ה): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", מען קען נישט זיין פרייליך נאר אז מען מאכט זיך נאריש, דורך מילתא דשטותא; אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט זיך נאריש מאכן - וועסטו פטור ווערן פון זייער טריפה'נע מיליטער, דו וועסט זוכה זיין צו זיין פרייליך, ודי למבין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.