בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מ'דארף מען קוקן אויף קינדער מיט "רחמנות אויגן"
חינוך הילדים, בריוו, עצתו אמונה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דיין זכות איז אז דו ביסט מגיהה און מסדר די בריוון פון "עצתו אמונה"; די בריוון זענען מחי' און מחזק זייער אסאך אידן.


הרב החסיד ר' ... נרו יאיר זאגט מיר כסדר אז מענטשן ווארטן אויף די בריוון, מען איז זיך מחי' מיט די בריוון.


איך ווייס נישט צי דו געדענקסט אז דו האסט אנגעהויבן די אלע בריוון; דו האסט מיר אסאך געמוטשעט איך זאל יעדן טאג שרייבן א בריוו פאר די תלמידי הישיבה און פון דעם איז געווארן די קונטרסים "עצתו אמונה".


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיין ווייב תחי' צי זי איז נאך מחזק די צעבראכענע מיידלעך; זאג איר זי זאל וויסן אז איר פאסטן איז אדער "לחיים" אדער "למות". א מנהלת און א טיטשער קענען אויפבויען א אידישע שטוב אדער דער'הרג'ענען רחמנא לצלן, זאג איר זי זאל רחמנות האבן אויף דעם אייבערשטנ'ס נשמות וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף אייך.


זי דארף וויסן אז ווען א מיידל טוט זיך אן נישט אזוי צניעות'דיג איז דאס א סימן אז עפעס באדערט איר, דאס איז א סימפטאם פון זייער שלעכטע זאכן וואס האבן פאסירט צו איר; אפשר האט מען איר אויסגענוצט רחמנא לצלן און דאס איז די וועג ווי אזוי זי וויל צוריק ווערן זעלבסט שטענדיג השם ישמרינו.


דערפאר דארף מען קוקן אויף די קינדער מיט "רחמנות אויגן"; דעמאלט קען מען אלעמען צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


...