בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת לך לך, ד' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
זייט מיר מוחל, איך וועל אייך נישט ענטפערן וואס צו טון; ווי קען מען זאגן א צווייטן וואס צו טון און ווי אזוי זיך צו פירן? זיכער נישט וואו מען זאל וואוינען.
מיינט נישט אז איך שטופ אייך אוועק, אז מיר ווילן נישט האבן אייער משפחה ביי אונז אין שטעטל; אדרבה, מיר וועלן זיך זייער פרייען אז אייער משפחה וועט קומען וואוינען ביי אונז אין שטעטל, עס איז פאר אונז א זכיה צו האבן אזעלכע באזעסענע ערליכע משפחות ווי אייער משפחה, אבער מיר קענען דאס נישט זאגן צו טון; דאס דארפט איר - אינאיינעם מיט אייער מאן - אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויב איר זאלט זיך אריבערציען פון אייער מדינה און קומען קיין אמעריקע, קיין קרית ברסלב.
וואס מיינט איר, וואס האב איך געטון ביים עפענען דעם שטעטל? איר מיינט איך בין אויפגעשטאנען איין טאג אויף די לינקע זייט און מחליט געווען אז מיר גייען בויען א שטעטל? מיט טייכן טרערן האב איך געוויינט צום אייבערשטן ער זאל מיר אריינשיינען וואס צו טון, אויב מיר זאלן מייסד זיין א שטעטל על שם רבינו און וואו די שטעטל זאל זיין, און אזוי ווייטער, יעדע פרט ופרט.
דער עיקר דארפט איר קוקן אויף די חינוך הבנים והבנות, די קינדער זאלן באקומען א גוטע חינוך, אן ערליכער חינוך; א איד קוקט אויף איין זאך 'וואו וועלן מיינע קינדער אויפוואקסן ערליך? וואו וועל איך קענען מחנך זיין מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן?' אזוי ווי די תורה זאגט אויף אברהם אבינו, דאס גרויסקייט פון אברהם אבינו (בראשית יח, יט): "כִּי יְדַעְתִּיו לְמַעַן אֲשֶׁר יְצַוֶּה אֶת בָּנָיו וְאֶת בֵּיתוֹ אַחֲרָיו, וְשָׁמְרוּ דֶּרֶךְ ה' לַעֲשׂוֹת צְדָקָה וּמִשְׁפָּט".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.