בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די מוסד ווערט גרויס און מען דארף האלטן ווייטער די ווארעמקייט
סקול, חינוך הילדים, מוסדות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער מעסעדזש.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז עס האט זיך אנגעהויבן די נייע זמן אין בית פיגא סקול מיט א שטארקע פרישקייט. איך האב באזונדער הנאה צו הערן פון אייך אז איר טוט וואס איך האב אייך געבעטן, איר האט אנגעהויבן שמועסן מיט די עלטערע מיידלעך, אויף דעם האב איך געווארט; איך וויל איר זאלט אסאך שמועסן מיט די תלמידות, בפרט די עלטערע, ווייל ביים שמועסן ווערט מען מער נאנט, ביים שמועסן ערלויבט מען זיך צו פרעגן זאכן וואס מען וואלט נישט געפרעגט אין כיתה, עס קומט ארויס נקודות פון וואס צו רעדן, ביים שמועסן קען מען גאר אסאך אויפטון.


איין זאך בעט איך אייך מרת ... תחי', היות די מוסד ווערט גרעסער און גרעסער - זאלט איר אכטונג געבן עס זאל נישט ווערן א מוסד וואס פירט זיך ווי א מאשין, סיסטעמאטיש; נאר עס זאל בלייבן א ווארעמע ווינקל פאר אונזערע קינדער. א משפחה, א פלאץ וואו אונזערע קינדער זאלן קענען באקומען אמונה, און א ליבשאפט צום אייבערשטן.


מיין מאמע תחי' דערציילט מיר, זי האט דאך א שטוב מיט עלף טעכטער קיין עין הרע, און ביי אונז אין די משפחה איז העלפן אין שטוב וויכטיגער ווי קענען אויסנווייניג די נעמען פון אלע פרעזידענטן פון ווען אמעריקע שטייט; ביי אונז איז וויכטיג צו העלפן א באבע, א מאמע; מען לייגט נישט קיין געוויכט אויף קענסט יא, קענסט נישט, מען רעדט בכלל נישט פון דעם, און מען פלעגט פארשיקן מיינע שוועסטערס פון שולע, ווייל זיי האלטן נישט מיט די לימודים און זיי קומען און גייען. מיין מאמע פלעגט וויינען און זיך בעטן מען זאל לאזן די קינדער גיין אין סקול אפילו זיי קענען נישט רעכענען, און אפילו זיי פארשטייען נישט די לימודים. מיין מאמע זאגט מיר: "איך האב געפרעגט די מנהלת אויב זי ווייסט בכלל פארוואס דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געעפנט די מיידל שולע? איך האב איר געפרעגט 'זאגט מיר פארוואס דער רבי האט געעפנט בית רחל?' זי האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן".


מיין מאמע איז דאך געבוירן אין א שטוב וואס מען האט זיך נישט גערירט אן דעם רבי'ן, מען האט געאטעמט דעם רבי'ן, האט זי געזאגט: "דער רבי האט געזאגט ביים עפענען די שולע 'איך עפן א שולע אז מיידלעך זאלן האבן וואו צו גיין און וואו צו קומען', נישט צו קענען שטודירן"; למעשה איז בית רחל געווארן אזוי גרויס אז עס גייט סיסטעמאטיש, און אויב מען קען די לימודים - קען מען זיין אין סקול, און אז נישט - פארשיקט מען.


בעט איך אייך מרת..., איך האב נישט קיין טענות אויף אנדערע מוסדות, עס איז זייער שווער ווען א סקול ווערט גרויס עס זאל בלייבן הארציג און ווארעם, בעט איך אייך איר זאלט געדענקען פארוואס מיר האבן געעפנט די סקול, אז די מיידלעך זאלן האבן א פלאץ וואו מען וועט הערן ווערטער פון אמונה, א פלאץ וואו מען וועט זינגען דעם ניגון: "אידישקייט איז זיס", "אידישקייט איז שיין", "אידישקייט איז א מחי'"; מען זאל באטראכטן יעדע קינד באזונדער.


בנוגע זעקסטע קלאס; איך האב זייער הנאה אז זיי גייען שוין דעם זומער זיין אין מחנה בית פיגא.


אויך וויל איך איבערגיין די נעמען פון די לערערינס פאר זומער, און סיי פאר קומענדיגע יאר. איך וויל נעמען די בעסטע וואס איז נאר שייך פאר די חינוך פון אונזערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.