בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - מזל טוב צו דיין חתונה
חתונה, שמחות, ברכות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' בהר, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב צו דיין חתונה, איך בין יעצט אויפ'ן עראפלאן, איך פאר קיין מירון צו רבי שמעון בר יוחאי, איך וועל זיך נישט באטייליגן ביי דיין חתונה; א ברכה וויל איך דיר וואונטשן:


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט לעבן מיט דיין ווייב באהבה, אחוה, שלום וריעות, דיין שטוב זאל זיין א פלאץ פאר השראת השכינה.


פון דיין ראש ישיבה.

#1 - מזל טוב פאר דיין חתונה
שלום בית, חתונה, גמרא, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', אסרו חג, כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


מזל טוב פאר דיין חתונה! איך האב געהאט בדעה צו קומען צו דיין חתונה, למעשה בין איך געווארן פארנומען און איך האב נישט געקענט ארויספארן צו די חתונה; וואונטש איך דיר יעצט אן אז דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, עס זאל זיין א בנין עדי עד און איר זאלט זוכה זיין אויפצושטעלן דורות נאמנים לה' ולתורתו, אמן.


זע צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות א בלאט גמרא; אויב דו קענסט קובע זיין דעם שיעור אין שטוב – מה טוב ומה נעים, אזוי וועט דיין ווייב זען ווי דו לערנסט און זי וועט הנאה האבן, דורכדעם וועט זי דיר ארויף קוקן און שעצן.


אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זיין שטארק מיט'ן לערנען א בלאט גמרא א טאג; גיי כסדרן א בלאט נאך א בלאט, און יעדעס מאל דו ביסט זוכה צו מסיים זיין א מסכתא זאלסטו דאס מיטטיילן מיט דיין ווייב, זי וועט דיר צוגרייטן א שיינע סאפער פאר א שיינעם סיום, אזוי וועסטו האבן א גוטע שלום בית. זי וועט דאס נאכדעם דערציילן פאר איר משפחה, אזוי וועלן אלע האבן נחת פון דיר.


געדענק טייערער ... צו זיין דער געבער אין שטוב; דו זאלסט געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, ווארט נישט אויף איר און מאך נישט חשבונות צי עס קומט אריין יעצט א ווארט פון ליבשאפט. אז דו וועסט ווארטן אז זי זאל אנהייבן און זי וועט ווארטן אז דו זאלסט אנהייבן – וועט איר נישט זיין צוזאמען וכו', נאר דו זאלסט שטענדיג זיין דער וואס הייבט אן געבן גוטע ווערטער וכו'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כ:): "רוֹצֶה אִשָׁה בְּקַב וְתִּפְלוּת, מִתִּשְׁעָה קַבִּין וּפְרִישׁוּת", א פרוי דארף גארנישט, נאר איין זאך: זיין צוזאמען מיט איר מאן. מער פון תִּשְׁעָה קַבִּין געלט און מתנות, וּפְרִישׁוּת, אבער נישט זיין צוזאמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.