בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל, שקלים, מברכים החודש, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו
איר שרייבט מיר בריוו אז ענק בענקען זיך שטארק, איך בענק זיך נאך מער, איך וויל אזוי שטארק שוין זיך טרעפן מיט ענק, איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיר געבן כח צו קענען קומען זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט ענק.
די וואך האבן מיר שבת שקלים, דער אייבערשטער זאגט אונז מיר זאלן געבן א מחצית השקל. דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות ציצית הלכה ז, אות ט): "כל אחד מישראל בעצמו הוא רק בחינת מחצית ואין לו שלימות כי אם על ידי שנצטרף לחבירו", א איד פאר זיך איז נאר האלב, מען ווערט נאר גאנץ דורך זיין מיט א חבר, מיט נאך אידן, דאס איז דער ענין פון די מחצית השקל, מען מוז זיך האלטן אינאיינעם, מען קען נישט גיין אליין; שלום איז די גרעסטע זאך און מחלוקות איז די ערגסטע זאך, דער סמ"ך מ"ם וויל נאר מחלוקות, פיינטשאפט, דאס איז די אותיות ס' (זעכציג) מ' (פערציג), מען זאל טראכטן 'איך בין מער, יענער איז ווייניגער'; דער אייבערשטער וויל נישט אזוי, דער אייבערשטער וויל אלע זאלן זיין באחדות, יעדער זאל טראכטן 'איך אליין בין נאר האלב, איך מוז זיין מיט אנדערע'.
דאס זעלבע איז מיט שלום בית, אז דער אייבערשטער האט געהאלפן מען האט חתונה געהאט - דארף מען לעבן בשלום און אלץ וויסן 'איך בין האלב, אינאיינעם מיט מיין ווייב זענען מיר גאנץ', און אז מיר וועלן זיך נישט קריגן - וועלן מיר מאכן א פלאץ פאר די שכינה הקדושה; דאס לערנען מיר פון די פרשה.
איך וויל ענק בעטן ענק זאלן אלע עוסק זיין אין הפצה; אז דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן מיר ווייסן פון אזא רבי, פון אזעלכע עצות - קענען מיר דאס נישט האלטן נאר פאר זיך, מען מוז מזכה זיין אנדערע אלע זאלן וויסן פון די עצות, מיר דארפן טראכטן 'וואס וואלט געווען ווען איך ווייס נישט פון רבי'ן מיט זיינע עצות, וואלט איך נישט געלעבט, וואלט איך געוואלט איינער זאל קומען און מיר געבן א קונטרס, א ספר, א גליון, איך זאל וויסן ווי צו לעבן, א וועג צו לערנען, א וועג פאר שלום בית, א וועג ווי צו מחנך זיין די קינדער; דארף איך דאס טון פאר אנדערע'.
איך האלט מיט יעדן טאג אלעס וואס טוט זיך אין ישיבה, אין תלמוד תורה און אין בית פיגא, איך האב באקומען א גריס פון די מנהלת פון אונזער שולע אין אמעריקע, זי זאגט זי איז געווען באזוכן אין בית פיגא אין ירושלים, מען האט איר גערופן זי זאל זיי לערנען, למעשה איז זי אהיים געקומען מיט שיינע זאכן וואס זי האט ביי זיי געלערנט.
איך באקום גוטע גריסן אויף אלע שולן ווי שיין עס פירט זיך, מיט דרך ארץ, מיט אהבה; דאס געבט מיר כח און דאס געבט מיר מוט צו וועלן קומען נאכאמאל צו ענק.
א פרייליכן שבת.