בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מ'טאר נישט רעדן צו א קינד קעגן די מוסד וואו ער לערנט
חינוך הילדים, שידוכים, חתונה, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, י' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דאס וואס דו טוסט מיט וכו' - איז נישט גערעכט; אז דו ווילסט - נעם אים ארויס פון חדר, אז ער לערנט אין חדר איז נישט גערעכט אוועק צו מאכן און אים זאגן ער זאל נישט רעדן מיט'ן ראש ישיבה.


מיר מאכן חוזק פון טערעפי, מיר גלייבן נישט אין די נארישקייטן; מיר ווייסן דעם אמת אז דאס איז א גניבה, עס העלפט נישט און קען נישט העלפן, והא ראי' אז דער טערעפיסט קען זיך אליינס נישט העלפן, ווי אזוי קען ער מיר העלפן?! אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סא): "יֵשׁ מַנְהִיגִים שֶׁנִּקְרָאִים בְּשֵׁם רַבִּי, וְלֹא דַּי שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים אֲפִילּוּ לְהַנְהִיג אֶת עַצְמָן, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים לְהַנְהִיג אֶת אֲחֵרִים", עס זענען דא פירערס וואס רופן זיך רבי'ס, אבער נישט נאר זיי קענען זיך אליינס נישט העלפן, איז דאך זיכער אז זיי קענען נישט העלפן א צווייטן.


טערעפי איז נישט קיין דרך התורה, דאס קומט פון די אומות העולם, דאס איז מדרכי האמורי; מיר היילן אויס אלע קינדער - אינגלעך, מיידלעך און בחורים מיט די וועג פון די תורה.


מיר זענען מחזק די בחורים און מיידלעך זאלן חתונה האבן וואס פריער; די גוי'שע קאפ זאגט: 'האב נישט חתונה, ביסט נאך נישט גרייט', און להבדיל אלף אלפי הבדלות - די הייליגע תורה זאגט: 'נאר חתונה האבן איז די עצה; חתונה האבן איז די וועג געראטעוועט צו ווערן פון עבירות'.


איך מיש זיך נישט ווי אזוי איר זאלט מחנך אייערע קינדער און אייער משפחה, אבער אזויפיל קען איך זיך יא מישן, אז דו שיקסט דיינע קינדער דא קענסטו נישט חוזק מאכן פון אונזער חינוך; ... איז אין א סכנה, ער ווערט צעריסן, אין חדר הערט ער איין זאך און פון דיר הערט ער א צווייטע זאך.


איך זוך זיך נישט צו קריגן און זיך צו מישן, אבער איך זאג דיר קלאר: "איך וועל טון וואס איך דארף טון על פי תורה; איך האב פון קיינעם נישט מורא, נאר פונעם בורא".