בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
שבועות איז אריבער, יעצט דארף מען זען עס זאל זיין שלום בית צווישן אונז און די תורה, שבועות האבן מיר אלע מקבל געווען גוטע קבלות, יעצט דארף מען חיזוק דאס אנצוהאלטן, און דעריבער איז וויכטיג צו קומען צו שיעורים, זיך דרייען מיט אנשי שלומינו, מיט חברים וואס רעדן פון רבי'ן, פון רבינ'ס חיזוקים.
ביים סוף וועלן מיר גארנישט מיט נעמען, מיר וועלן נאר מיט נעמען די תורה וואס מען האט ארויסגעכאפט, און די מצוות, די גוטע זאכן. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ט): "אֵין מְלַוִין לוֹ לְאָדָם לֹא כֶסֶף וְלֹא זָהָב וְלֹא אֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָּא תּוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבָד", די געלט מיט די הייזער, די קארס מיט די שיינע קליידער – דאס בלייבט דא, נאר די פרקים משניות, די בלעטער גמרא, די קאפיטלעך תהלים – דאס וועלן מיר מיט נעמען, און די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", די ווערטער וואס מען רעדט צום אייבערשטן – דאס באגלייט דעם מענטש אין בית החיים, דאס וועט מען מיט נעמען.
געדענק וואס האט דיך דערהאלטן אלס בחור, ווי אזוי האסטו געקענט דורכשטופן די בחור'ישע יארן? נאר די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן און צאמגענומען פון רבינ'ס ווערטער, און פון מוהרנ"ת, געדענק ווי דו האסט זיך אזוי מחי' געווען מיט דעם; זאלסטו העלפן דרוקן די ספרים און קונטרסים און העלפן צוריק ברענגען און מחזק זיין אידישע קינדער; די קונטרסים מאכט ליכטיג די וועלט, עס שיינט אריין אין מענטשן א שטארקע אמונה, אזוי תמימות'דיג און אזוי פשוט.