בעזרת ה' יתברך
יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו העלפסט אין שטוב דיינע עלטערן, אין דעם זכות וועסטו האבן שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּרוֹתֵיהֶם בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לוֹ לָעוֹלָם הַבָּא, וְאֵלּוּ הֵן: כִּבּוּד אָב וָאֵם"; דער אייבערשטער באצאלט פאר כיבוד אב ואם שכר סיי אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
אויף דיין פראגע, אז דו האסט געהערט וואס מען זאגט פאר די בחורים אז ווער עס לערנט משניות וועט ניצול ווערן פון חיבוט הקבר, איז דיין פראגע וואס קען א מיידל טון אז די ווערים און מייז זאלן נישט קומען צי איר אין קבר; ביי א מיידל איז נישטא קיין משניות, ביי מיידל איז דא צניעות; אויב מען געבט אכטונג זיך צו פירן בצניעות, מען טוט זיך אן איידל, מען רעדט איידל און מען פירט זיך איידל - דאס היט אפ פון אלע שלעכטס אין קבר.
ווידעראום אויב חס ושלום מען טוט זיך אן אויף א וועג צו צוען אויגן פון פרעמדע מענער און בחורים באקומט מען אין קבר א גרויסער עונש, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט (מעשיות בסוף סיפורי מעשיות): עס איז געווען א צדיק וואס האט זיך אינגאנצן אויסגעארבעט און ער איז ארויף אויבן אין הימל און געזען ווי עס שטייט א טאפ מיט שטיקער פלייש און ביינער, האט ער געפרעגט: "וואס איז דאס?" האט מען אים געענטפערט: "דאס איז פון א מיידל וואס פלעגט גיין אנגעטון נישט צניעות'דיג, זי פלעגט אנרייצן בחורים און אינגעלייט צו קוקן אויף איר, דאס איז איר שטראף, אז זי ווערט יעדן טאג אויפגעקאכט אין בריעדיגע וואסער".
זאלסט זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן און יעדע זאך וואס דו דארפסט זאלסטו אים בעטן. דער הייליגער רבי פלעגט זייער אויסלויבן די אידישע פרויען וואס האבן אין זיך תמימות ופשיטות און זיי רעדן צום אייבערשטן אויף זייער מאמע לשון, און וואס זיי דארפן בעטן זיי נאר פונעם אייבערשטן.
צום אייבערשטן קען מען רעדן שטענדיג, אפילו ווען מען טאר נישט אויסרעדן וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.