בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיידלעך דארפן זיין ערוואקסן מיט דרך ארץ
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שידוכים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בא, ה' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות וואס לערנען ביי מרת ... שתחיו.


איך האב זייער הנאה צו הערן פון אייער טיטשער אז איר פירט זיך אויף ערוואקסן (מעטשאר) און איר האלט מיט די לימודים וואס מען לערנט אין אייער כתה.


נאך מער בין איך צופרידן צו הערן אז רוב מיידלעך ביי אייך אין כתה פירן זיך אויף אויסנאם דרך ארץ'דיג. זיי קוקן אויף די טיטשער מיט הכנעה, און ווען עס קומט דער זמן הלימוד זיצט מען מיט דרך ארץ, מען ווארט אז די טיטשער זאל שוין קומען. און ווען די טיטשער קומט אריין אין כיתה איז מען שטיל, מען רעדט נישט אינמיטן לערנען נאר מען בעט רשות פאר מען וויל עפעס פרעגן; מען הייבט אויף די האנט פרעגן צי מען קען ארויס גיין טרינקען, וכדומה.


אין די זעלבע צייט הער איך אבער אז נישט אלע מיידלעך זענען אזוי ערוואקסן און זיי פארשטייען נישט אז א טיטשער איז נישט קיין חברט'ע, און זיי פירן זיך נישט אויף ווי א תלמידה פון 'בית פיגא', זיי געבן די הרגשה כאילו זיי זענען מער פון די טיטשער; דאס טוט מיר זייער וויי. ווייל איך האב געעפנט די סקול מיט גרויס מסירות נפש און איך פיר דאס מיט גרויס פלאג און מי; קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער מיט די מוסדות, נאר דער אייבערשטער ווייסט, און אז איך הער אז עס זענען דא מיידלעך וואס פירן זיך אויף נישט דערוואקסן טוט דאס מיר זייער וויי.


איר ווייסט וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר עלטערן וואס זענען געקומען זיך שואל עצה זיין וועם צו נעמען פאר אן איידעם? מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מען זאל קוקן אויף גוטע מידות; א בחור וואס האט גוטע מידות און פירט זיך מיט דרך ארץ - דער איז א גוטער בחור, און אז נישט זאל מען אוועק שטיין פון אזא איינעם.


דאס זעלבע זאג איך אייך, נאך אביסל שטייט עטץ ביי שידוכים, זאלט איר וויסן אז אויב איר וועט זיך פירן ערוואקסן (מעטשאר) צו אלע אייערע טיטשערס וועט איר זיך מאכן א גוטע נאמען און איר וועט זוכה זיין צו טרעפן א גוטער בחור וואס איז אויך ערוואקסן און פירט זיך מיט דרך ארץ. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָּׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער מאכט שידוכים לויט ווי אזוי דער מענטש איז, ווייל (מכות י:): "בַּדֶּרֶךְ שֶׁאָדָם רוֹצֶה לֵילֵךְ, בָּהּ מוֹלִיכִין אוֹתוֹ", אויף דעם וועג וואס א מענטש וויל גיין, אויף דעם וועג פירט מען אים.


ווידעראום אז איר וועט ווייטער בלייבן קינד'יש וועט איר טרעפן א בחור א קינד, און איר וועט זיך א גאנץ לעבן קענען פארמעסטן ווער עס קען זיין מער קינד'יש (אומעטשאר).


איך האף צו הערן פון אייערע טיטשערס אז אלע קינדער פון די כתה זענען תלמידות פון בית פיגא.