בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מלמד פאר קינדער, דו האסט די זכי' צו זיצן מיט ריינע הייליגע נשמות, זיי לערנען תורת משה רבינו און תורה שבעל פה, עס איז נישטא גרעסערס פון זיין א מלמד.
דער עיקר הצלחה פון א מלמד איז דאס זעלבסטזיכערקייט, נישט ווערן פארלוירן ווען א קינד פאלגט נישט, בלייבן רואיג און באהאנדלען די מצב מיט מח, נישט מיט געפיל, נישט אריינגיין אין א כעס פון פארלוירנקייט, ווי מער מען האט אמונה אין זיך – אלץ מער דיסציפלין האט מען.
נאך אן עיקר אין הצלחה מיט תלמידים – עס זאל זיין א געשמאקע פרייליכע גיסטע אין כתה. אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:), אז די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געמאכט מילי דבדיחותא קודם הלימוד, זיי האבן געמאכט פרייליך איידער זיי האבן אנגעהויבן לערנען, ווייל נאר אזוי עפנט זיך די מח און הארץ צו מקבל זיין וואס מען לערנט, און אזוי ווי מיר זעען קלאר, די אלע קינדער פון פרייליכע שטובער זענען קלוג און שארף, און פארקערט, די אלע וואס מען איז צו ערנסט – זענען פארקלאפט און פאר'תמ'ט.