בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מלמדים זאלן זיך צוזאמנעמען איינמאל א וואך, זען וואס בעסער צו מאכן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איך בעט דיר זייער זאלסט צאמנעמען אלע מלמדים און איינגעשטעלטע פון די מוסד, איינמאל א וואך זאלט איר זיצן אינאיינעם, רעדן אינאיינעם, זען וואס מען קען בעסער מאכן, זען וואס נאך מען קען טון מיט די קינדער (אויב ווילט איר מאכן נייע זאכן זאל מען פרעגן), ותשועה ברב יועץ, עס וועט ארויסקומען אסאך גוטס פון דעם, ווייל יעדער האט א נקודה וואס א צווייטער האט נישט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לד, אות ד).


מלמדים וועלן רעדן, מען וועט דערציילן ווי אזוי מען געבט זיך אן עצה און ווי אזוי מען געבט זיך נישט קיין עצה; דער וועט דערציילן פון זיין בריוו וואס ער האט באקומען, א צווייטער וועט ווייזן זיין בריוו, זיין פסק; אזוי וועט מען מצליח זיין מיט די קינדער. איך וועל נישט רוען ביז איך וועל זען אן אוועקגעשטעלטע אפעראציע פון חינוך הבנים והבנות לויט די וועג פון מוהרא"ש.


ביז דערווייל וואקלט זיך נאך אלעס, מלמדים און טיטשערס פארן אוועק, מען נעמט נישט ערנסט די ארבעט, מען קומט און מען גייט, מען איז נישט מחשיב די ארבעט. אויך איז מען ביי זיך געפאלן ווייל מען האט נישט געענדיגט די אייגענע שיעורים, מען האט נישט געענדיגט מדרש, ווען די הייליגע חכמים זאגן (סוכה כה:): "העוסק במצוה פטור מן המצוה". אמאל ווען איך האב געארבעט אין די וויענע מוסד, איך האב גערעדט מיט'ן וויענער רב שליט"א, האב איך אים געפרעגט: "וואס מיינט העוסק במצוה פטור מן התפלה, מן המצוות?" איך געדענק נישט וואס איז געווען דער שמועס, ווי די שאלה איז אריינגעקומען, זאגט ער מיר: "דו ביסט פטור פון דאווענען, דו ביסט עוסק מיט בחורים, ביסט א מנהל"; דאס זאג איך פאר אלע מלמדים, זייט נישט נאריש, טראכטס נישט די שלעכטע מחשבות 'איך בין גארנישט ווערד ווייל איך קום נישט אן צו לערנען מיינע שיעורים'; דו ביסט דאך א מלמד, דאס איז דיינע שיעורים, די תורה וואס דו לערנסט מיט די קינדער.


א מלמד קרעכצט מיר, ער וויל אויפגעבן מלמדות ווייל ער קומט נישט אן צו גיין הפצה; איך קוק אים אן ווי א חסר דעה: 'דו ווילסט גיין הפצה... ווי איז דא א גרעסערע מפיץ ווי זיצן מיט קינדער און רעדן מיט זיי פונעם אייבערשטן...?' א מלמד וואס לייגט אריין קאפ און מח, הארץ און קישקעס אויסצולערנען די קינדער תורה, תפילה און יראת שמים – דאס איז דאך הפצה!


איך בעט דיר זייער זאלסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע מלמדים אין שטעטל. אויך געב דאס פאר די מנהלת תחי', זי זאל אויך צאמנעמען אלע טיטשערס, די גאנצע סטעף, זיצן איינמאל א וואך אינאיינעם, מען זאל איבערגיין וואס מען קען בעסער מאכן. די מלמדים זאלן זיצן באזונדער און די טיטשערס באזונדער – אזוי וועט ארויסקומען שיינע זאכן.


אויך דארף מען זייער אנזאגן די יונגע מלמדים און די יונגע טיטשערס אז מען קען נישט רעדן מיט קיינעם פון די מעשיות פון חדר, אזוי אויך פון די מיידלעך.


א פרוי שרייבט מיר זי וויל נישט קומען צו די פרויען צאמקום ווייל יונגע טיטשערס קומען רעדן צו איר: "דיין טאכטער בייסט", "מיט דיין טאכטער איז געווען די מעשה פון די דרשה", "דיין קינד האט געשלאגן"; פון וואו זאלן פרויען מיט האלטן מעשיות פון סקול? נאר אז מען רעדט צווישן זיך.


דארף מען זיי מחזק זיין און אויך די מלמדים, יעדע מעשה וואס פאסירט אין די פיר ווענט פון תלמוד תורה און בית פיגא – איז פריוואט, דאס קען מען נישט רעדן און דערציילן. און ווען מען קומט אהיים און מען שמועסט מיט די ווייב, אדער א טיטשער קומט אהיים און שמועסט מיט'ן מאן – טאר מען זיך נישט אונטערהאלטן אויף די קינדער; וואלסט דאך נישט געוואלט אז דיין קינד'ס מלמד'ס ווייב'ס שוויגער שוועסטער זאל וויסן אז דיין קינד האט היינט איינגעמאכט, אויך וואלסטו נישט געוואלט אז דיין טאכטער'ס טיטשער'ס מאן'ס ברודער שוועגערין זאל וויסן אז דיין טאכטער איז אן עקשן אזוינס און אזעלעכס.


איך האף דו וועסט מיר העלפן, איר וועט זיצן אינאיינעם זען וואס מען קען טון אז יעדע איינציגסטע קינד זאל אויסוואקסן מיט די גרעסטע מאס הצלחה.