מנקד זיין די בריוון פון ספר "עצתו אמונה"
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.
א גרויסן יישר כח פאר'ן ארויסשיקן די גמרות פון מסכת תמורה; אם ירצה ה' דעם קומענדיגן וואך זונטאג הייבן מיר אן א פרישע מסכתא, "מסכת תמורה". איך האף אז דו לערנסט אויך יעדן טאג דעם דף גמרא.
איך בעט דיר זייער אויב דו קענסט זיך אונטערנעמען צו מנקד זיין די בריוון פון ספר "עצתו אמונה"; די מדפיסים זאגן מיר אז די סיבה פארוואס עס האלט זיך אפ און עס קומט נישט ארויס יעדע וואך איז צוליב די ניקוד.
איך האב גערעדט צו האברך ... נרו יאיר אז אפשר זאלסטו פון היינט און ווייטער איבערנעמען דעם ניקוד אז דאס זאל זיך נישט אפשטעלן אפילו לשעה; ווייל די מפיצים זאגן מיר אז אלע בחורים און אלע יונגעלייט, בפרט כולל יונגעלייט בעטן און מוטשען זיי צו באקומען וועכנטליך די בריוון ווייל דאס איז זיי מחזק לעבודת ה'.
באמת האב איך גארנישט מחדש געווען, איך שרייב נאר דיבורים, עצות וחיזוקים וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש און וואס איך לערן אין די ספרים פון מוהרא"ש, וואס איז ארויסגענומען פון רבינ'ס ספרים.
דעם שבת דערציילט מיר איינער פון די מפיצים אז א איד האט אים אנגערופן בעטן די ספרים פון עצתו אמונה, האט אים דער מפיץ געפרעגט: "ווי קומסטו אן צו די ספרים וכו'?" האט דער איד געענטפערט: "איך האב זיך אויסגערעדט פאר מיין דיין הרב הגאון ר' ... שליט"א, דומ"ץ ..., בעל מחבר ספר שאלות ותשובות ..., האט ער מיר גע'עצה'ט איך זאל לערנען די ספרים פון עצתו אמונה וועל איך האבן חיזוק אויף אלע ענינים".
דערפאר בעט איך דיר דו זאלסט אנהייבן מנקד זיין די בריוון אויפ'ן שענסטן אופן וואס איז שייך; אויך זאלסטו דאס מגיה זיין בשעת'ן מנקד זיין, אזוי אויך אויב דו זעסט אז עס פעלט מראי מקומות זאלסטו מיר רופן פרעגן דעם מראה מקום. און אז עס איז דא אן איבעריגע ווארט אדער עס פעלט א ווארט זאלסטו דאס מתקן זיין; נאר געב אכטונג נישט אוועק צו גיין פונעם מכוון.
אינעם זכות פון זיכוי הרבים וועסטו האבן א נס, עס וועט זיך אלעס איבערדרייען און דו וועסט זוכה זיין צו א גאנצע ישועה.
פון דיין ראש ישיבה.