בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, שובבי"ם, ה' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער, עס זאל דיך גארנישט אנגיין פון דיינע געשוויסטער. דו זאלסט מכבד זיין דיינע עלטערן; זאכן וואס האט מיט דיר - זאלסטו זיי מכבד זיין, און וואס האט מיט אנדערע - זאל דיך גארנישט אנגיין, זאלסט זיך גוט אויסלאכן. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ג) די לבנה האט געפרעגט די זון: "וואס זארגסטו פרעמדע זארג?" די לבנה האט זיך אויסגעשמועסט איר צער און ווייטאג אז זי האט נישט קיין כח אין אירע פיס, זי האט צוטון מיט די שדים; אנשי שלומינו פלעגן אסאך חזר'ן די ווערטער: "וואס זארגט איר פרעמדע זארג?" דאס זאלסטו זיך פרעגן: 'וואס האט דאס מיט מיר? וואס זארג איך פרעמדע זארג?'
אז מען רעדט שוין, זאלסטו וויסן, אז א קינד מאכט א שמחה אין ברסלב ביי צדיקים און די עלטערן שרייען זיי גייען כאפן א הארץ אטאקע - איז דאס זייער אייגענע פראבלעם, מען ווערט נישט קיין רודף אז מען וויל טראגן א שמחה צו א צדיק. מוהרא"ש זאגט, עס שטייט (קהלת ג, טו): "וְהָאֱלֹקִים יְבַקֵּשׁ אֶת נִרְדָּף", דער אייבערשטער זוכט אויף דעם מענטש וועם מען רודפ'ט; פארוואס שטייט 'יְבַקֵּשׁ' מען זוכט אויף, וואס איז דא צו זוכן? עס דארף שטיין 'אלוקים יראה' דער אייבערשטער זעט דעם נרדף! זאגט מוהרא"ש, מען דארף דאס אויפזוכן, ווייל דער רודף מאכט א פנים ווי א נרדף; זאגט די פסוק, דער אייבערשטער זוכט אויף דער וואס רודפ'ט.
שומו שמים, עס איז דא א וועלט מיט צרות, נישטא קיין משפחה וואס ליידט נישט קיין צרות, קינדער פאלן אוועק פון די אידישע דרך, אזויפיל מענטשן זענען נישט געזונט מיט די ביטערע מחלה, מענטשן האבן נישט קיין פרנסה, א וועלט מיט יסורים; און נאכאלץ האט מען נישט קיין אנדערע דאגות ווי זיך אויפעסן דאס געזונט אז א קינד גייט קיין ברסלב מאכן א ברית, ער וויל א צדיק זאל זיין סנדק, און ער איז גאר דער וואס מאכט די מחלוקת, און ער איז דער וואס הרג'עט די עלטערן, און ער ווערט א חי' רעה ווייל ער וויל זיין קינד זאל האבן א סנדק א צדיק.
איך האב מיטגעהאלטן ברית'ן ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס די עלטערן האבן נישט געוואלט קומען צו די שמחה, זיי האבן געוויינט אז מען איז זיי מצער מיטן מאכן די שמחה אין ברסלב, דאס הרג'עט זיי, די גאנצע משפחה האט זיך אויפגעהעצט קעגן דעם אבי הבן אז ער הרג'עט די זיידע; איי ווער איז דיך מצער? ווער איז דיר שולדיג אז דו האסט געהערט לשון הרע? איך טאר נישט גיין צו מיין רבי מאכן א ברית פאר מיין קינד? איך טאר נישט גיין צו מיין רבי וואס געבט מיר חיות, געבט מיר לעבן, ער דערהאלט מיך ביים זינען?
ליידער נעמט מען אן לשון הרע, מען הערט וואס מען רעדט אויפן רבי'ן, אויף רבי נתן, אויף מוהרא"ש און בכלליות אויף ברסלב'ער חסידים, מען רעדט זאכן וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און וויי וויי פאר די וואס נעמען אן די לשון הרע. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך נאר אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך".
נאכאמאל, מיש זיך נישט אין מחלוקת, אויב דיינע עלטערן וועלן דיך רופן און פארהאלטן - זאלט איר חס ושלום נישט טענה'ן; מיט עלטערן טענה'עט מען נישט, מיט עלטערן רעדט מען מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, און ווען מען האלט פאר, מען קומט מיט טענות - בלייבט מען שטיל מיט דרך ארץ.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.