בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן
...
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
בנוגע דיין פראגע, אויב מען מעג זאגן תהלים אין די סווימינג פול; איך געדענק ווען מיר זענען געווען אינגעלייט אין כולל האבן מיר געפרעגט מיין זיידע, הגאון הצדיק קארלסבורגער רב זכרונו לברכה - אויב מיר קענען לערנען אינעווייניג פון די מחיצה בשעת מיר טראגן אונזערע קינדער שווימען; האט ער גע'פסק'נט אז מען קען לערנען און זאגן תהלים זייענדיג אין די מחיצה פונעם שווימען, עס האט נישט קיין דין פון א מרחץ. און אזוי פלעג איך טון בשעת'ן אכטונג געבן אויף מיינע קינדער; פארשטייט זיך אז מען דארף זיין אנגעטון, מיט ריינע הענט.
ווען מען זאגט עלינו לשבח דארף מען שטיין (רמ"א אורח חיים סימן קלב, סעיף ב), אויך איז דא אן הלכה אז אלע וואס געפונען זיך אין שול ווען מען זאגט עלינו - דארפן מיט זאגן שטייענדיג (עיין משנה ברורה סימן סה, סעיף קטן ט; עוד יוסף חי כי תשא, אות כב), ווייל די תפילה איז זייער א חשוב'ע תפילה; יהושע בן נון האט דאס מתקן געווען ווען ער האט איינגענומען די שטאט יריחו (מחזיק ברכה סימן קלב, סעיף קטן ב' מתשובת רב האי גאון).