בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - א פרוי טאר נישט גיין שווימען מיט א בעידינג סוט
תפילות אויף אידיש, צניעות, חיזוק פאר פרויען, שווימען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


א פרוי טאר נישט גיין שווימען מיט א בעידינג סוט, א בעידינג סוט איז א בגד פון פריצות, עס איז א בגד טמא וואס טאר נישט ארויפגיין אויף א אידישע הייליגע פרוי, אפילו מען טוט אן אויף דעם א שווים קלייד.


עס איז דא נסיונות, אבער ווער עס זעט און ווייסט וואס טוט זיך אפ אין הימל מיט א נשמה נאכן אוועק גיין פון די וועלט, די ליכטיגקייט פאר די צדקניות, און פארקערט - פאר די וואס זענען געגאנגען בפריצות - די האבן נישט קיין נסיונות.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נאר ליב האבן וואס דער אייבערשטער האט ליב, ביי די שבת ליכט זאלט איר בעטן די תפילה:


"הייליגער באשעפער געב מיר א ריינע הארץ, א ריינע מח, איך זאל ליב האבן איידלקייט און ריינקייט, איך זאל זיך פארעקלען פון פריצות, הייליגער באשעפער, 'לב טהור ברא לי אלקים' געב מיר א נייע ריינע הארץ, 'ורוח נכון חדש בקרבי' און א נייע ווילן, א נייע גייסט פון הייליגקייט און ריינקייט - טו מיר געבן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#8 - מעג מען גיין שווימען מיט קינדער ברידער?
צניעות, חיזוק פאר פרויען, שווימען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז אייער מאן לערנט די הייליגע תורה און פירט זיך מיט יראת שמים; אוי ווי גליקליך איז די פרוי וואס איז זוכה צו א מאן וואס פירט זיך ערליך און הייליג, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף דעם און בעטס אויף ווייטער; בעטס דעם אייבערשטן אז אייער מאן און אייערע קינדער, אייערע דורות זאלן זיין ערליך און גיין נאר בדרך התורה.


אויף די פראגע אויב מען מעג גיין שווימען מיט קינדער ברידער; איר קענט אכטונג געבן אויף אייערע ברידער ביים שווימען, אבער נישט שווימען מיט זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - מען זאל שווימען דווקא מיט א שווים קלייד
צניעות, שטעטל, שווימען

 בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, ג' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו שיחיו


טייערע אנשי שלומינו, לאכט נישט אפ פון די גדרים וואס איך שטעל אוועק אין אונזער קהילה; איך האב אוועק געשטעלט ביי אונזערע מיידלעך פון בית פיגא און ביי אונזער קאנטרי - מען זאל שווימען דווקא מיט א שווים קלייד און נישט שווימען מיט קיין בעדינג-סוט, אזוי ווי דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט געזאגט, אז א בעדינג-סוט איז א פריצות'דיגע קלייד; וויל איך בעטן מען זאל פאלגן, מען זאל זיך פירן הייליג און ריין, וועלן מיר זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט מאכן רוען די שכינה הקדושה צווישן אונז.


איך בעט אייך און איך וויין צו אייך, עס איז דא אזויפיל קהילות בישראל לשם ולתפארת, וואס ווילט איר פון מיר האבן? איך וועל נישט מקפיד זיין אז מען וועט זיך אוועק ציען פון שטעטל צו אנדערע פלעצער, איך בין אהערגעקומען אין שטעטל צו קענען מחנך זיין אונזערע קינדער ערליך און ריין, און ווער עס וויל זיך פירן ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט - פריי איך זיך, און ווער עס וויל נישט - בין איך נישט ברוגז אז ער וועט גיין זוכן א צווייטע קהילה; אבער וואס ווילט איר פון מיר?!


לאכט נישט אפ פון די גדרים וואס מיר מאכן, און קומט מיר נישט זאגן אז שווימען מיט א טי-שוירט איז אויך גוט, און אז א שווים קלייד איז נעבעכדיג; אז דו פארשטייסט בעסער - איז דאך גאר גוט, וואס דארף מען קומען צו א רבי וואס מען וויל נישט פאלגן?!

#6 - זיך פירן איידל און צניעות'דיג ביי אונז אין קאנטרי
צניעות, קדושה, קאנטרי, שווימען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי מחנה אילן החיים


איך האף די משפחות וואס וויילן ביי אונז אין קאנטרי דעם זומער - וועלן זיך פירן איידל. איך וויל נישט, און איך וועל פארשפארן די סווימינג פול, אויב פרויען וועלן שווימען מיט די פריצות'דיגע קלייד 'בעידינג-סוט'; איך שטעל דיך דו זאלסט זען אז אלעס אין קאנטרי זאל זיין הייליג און ריין.


אויך זאלסטו זען אז די קינדער, די מיידלעך פון די משפחות - זאלן גיין אנגעטון צניעות'דיג; נישטא קיין נאקעטע פיס, פון די דריי יאר דארף די פיס זיין צוגעדעקט אינגאנצן.


איך דארף נישט קיין געלט, איך דארף נישט קיין קאנטרי, נאר אויב עס איז בצניעות, הייליג און ריין; איך בעט דיר זייער זאלסט זען אונזער קאנטרי זאל זיין הייליג און ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - מעג מען זאגן תהלים אין סווימינג פול?
תהלים, הלכה, דאווענען, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין פראגע, אויב מען מעג זאגן תהלים אין די סווימינג פול; איך געדענק ווען מיר זענען געווען אינגעלייט אין כולל האבן מיר געפרעגט מיין זיידע, הגאון הצדיק קארלסבורגער רב זכרונו לברכה - אויב מיר קענען לערנען אינעווייניג פון די מחיצה בשעת מיר טראגן אונזערע קינדער שווימען; האט ער גע'פסק'נט אז מען קען לערנען און זאגן תהלים זייענדיג אין די מחיצה פונעם שווימען, עס האט נישט קיין דין פון א מרחץ. און אזוי פלעג איך טון בשעת'ן אכטונג געבן אויף מיינע קינדער; פארשטייט זיך אז מען דארף זיין אנגעטון, מיט ריינע הענט.


ווען מען זאגט עלינו לשבח דארף מען שטיין (רמ"א אורח חיים סימן קלב, סעיף ב), אויך איז דא אן הלכה אז אלע וואס געפונען זיך אין שול ווען מען זאגט עלינו - דארפן מיט זאגן שטייענדיג (עיין משנה ברורה סימן סה, סעיף קטן ט; עוד יוסף חי כי תשא, אות כב), ווייל די תפילה איז זייער א חשוב'ע תפילה; יהושע בן נון האט דאס מתקן געווען ווען ער האט איינגענומען די שטאט יריחו (מחזיק ברכה סימן קלב, סעיף קטן ב' מתשובת רב האי גאון).

#4 - איר דארפט זיין מער פארזיכטיג, ווייל אלע קוקן און מאכן אייך נאך
צניעות, חינוך הילדים, היכל הקודש, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך בין זייער אנטוישט אז איר לאזט אייער טאכטער גיין שווימען נישט בצניעות; איר שרייבט מיר שטענדיג אז איר טוט נאר וואס דער ראש ישיבה זאגט, איר פירט אייער שטוב אזוי ווי איר ליינט אין די בריוו פון איש אמונות און עצתו אמונה - און יעצט הער איך אז אייער טאכטער גייט שווימען נישט איידל.


איך האב שוין געשריבן אזויפיל בריוו און שוין אזויפיל גערעדט פון דעם אז מען טאר נישט גיין שווימען מיט א בעידינג סוט, א בעידינג סוט איז א בגד פון פריצות, עס איז אן עקלדיגע טמא'נע קלייד וואס טאר נישט ארויף גיין אויף א אידישע הייליגע פרוי, אפילו מען טוט אן אויף דעם א שווים קלייד.


עס זענען דא נאך מיידלעך וואס שווימען נישט בצניעות, אבער ביי אייך איז גאר אנדערש; איר דארפט זיין מער פארזיכטיג, ווייל אלע קוקן אויף אייער משפחה, מען ווייסט אז אייער משפחה פירט זיך אזוי ווי מוהרא"ש האט געלערנט, מען וויל זען וואס איר טוט און אזוי טוען אנדערע נאך.


איך האף אז איר וועט תשובה טון אויף דעם און ארויס ווארפן די בגדי פריצות פון אייער שטוב.

#3 - פיר זיך צניעות'דיג אזוי ווי דיין מאמע האט דיר געלערנט
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא וויליאמסבורג.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן די שיינע גרוסן פון קעמפ, ווי די מיידלעך פירן זיך באחדות, מען איז מקרב יעדע איינציגסטע מיידל.


אויף דיין פראגע וועגן אנטון א בעידינג סוט אונטערן שווים קלייד; איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב נישט געטראכט אז איך דארף נאך שרייבן אדער רעדן פון דעם נאכדעם וואס איך האב שוין געזאגט אלע יארן דאס וואס צדיקים האבן געזאגט אויף דעם קלייד, אז דאס איז א פריצות'דיגע קלייד.


ווען איך האב געליינט דיין בריוו האב איך מיך אנגעהויבן אינטערעסירן וואס עס גייט פאר; וואס איז די שאלה? וואס טוט זיך ביי די מיידלעך? ווי אזוי שווימט מען? האב איך געהערט אז נישט אלע טוען מיין ווילן, נאר געציילטע משפחות פירן זיך מיט צניעות און דיין משפחה - דו מיט דיינע שוועסטערס זענען פון די וואס טוען נישט אן די פריצות'דיגע קלייד.


דעריבער זאלסטו פאלגן דיינע עלטערן; דיינע עלטערן פארשטייען גאר גוט וואס צניעות איז, זיי פירן די משפחה זייער צניעות'דיג, זאלסט שווימען אזוי ווי דיין מאמע האט דיר געלערנט.


איך פריי זיך זייער אז מיר האבן זיך משדך געווען מיט דיין משפחה, דיין שוועסטער ווערט א שנור ביי אונז למזל טוב; דאס איז אונזער ציל, זיך פירן ערליך און אידיש.


בנוגע תהילים; זוך נישט צו ענדיגן, זאג לויט דיין וועג; זאג תהילים וויפיל דו קענסט. תהילים איז נישט קיין קאנטעסט - ווער עס קען ענדיגן מער מאל, תהילים איז געבעטן צום אייבערשטן, עס ברענגט נאנט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#2 - אז מ'שווימט נישט בצניעות, קען מען נישט נוצן די שווים באסיין
צניעות, קעמפ, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב יעצט געהערט אז מען פאלגט מיר נישט, מען שווימט נישט בצניעות; וויל איך דו זאלסט איבער געבן פאר אלע פרויען און מיידלעך אז מען וועט מער נישט קענען נוצן היי יאר זומער דעם סווימינג פול.


איך בין זייער אנטוישט אז מיינע אייגענע תלמידות פירן זיך נישט אזוי ווי מען דארף זיך פירן.

#1 - גיין שווימען מיט צניעות
צניעות, ספיקות, מורה דרך, תפלות אויף אידיש, זומער, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דו שעמסט זיך נישט? דו גייסט שווימען מיט דיינע ברידער און שוואגערס ווען די ווייבער זענען דארט?! ווער איז דיין וועג ווייזער - דיין שוואגער...? ער איז דיין וועג ווייזער? וואס ער איז מחליט דאס איז ריכטיג?! דו האסט שוין פארלוירן דיין גאנצע שכל? עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ אז תלמידי הישיבה זאלן דאס נישט וויסן! אפילו זיי שווימען נישט, זיי זיצן נאר דארט ביי די טרעפ וכו' - איז דאס פריצות, אפילו דאס זאל זיין דיינע אייגענע שוועסטערס איז דאס נישט קיין צניעות, אפגערעדט ווען דאס איז שוועגערינס, דאס איז אן עקל און א גרויל.


וואס נאך ווייסטו נישט? עס איז נישט קיין תירוץ צו זאגן: "איך האב נישט געוואוסט אז דאס איז א פראבלעם", וויי פאר דעם וואס ווייסט נישט די א' ב' פון צניעות; אז דו ווייסט גארנישט, אפילו אזא זאך - פארוואס זאלסטו נישט פרעגן דיין ראש ישיבה, דיין מורה דרך, פאר דו גייסט צו אזא פארוויילונג, פאר דו טוסט עפעס אין לעבן?


וויפיל פלעגט דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו וויינען אויף די וואס פארן אוועק אין קאנטרי, מען זאלן וויסן אז דער אייבערשטער איז אויך דארט און מען דארף זיך אויפפירן מיט יראת שמים; מען פארט אוועק פון שטאט אבער מען פארט נישט אוועק פונעם אייבערשטן.


זע צו לערנען אסאך משניות, אויך זאלסטו לערנען אסאך דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, דאס וועט דיר געבן א בירור המדמה, דו וועסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


זיי זיך מתבודד יעדן טאג; נעם אראפ אפאר מינוט וואס דעמאלט איז אלעס געשטארבן און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כג:) דער הייליגער אמורא רבי יונה, די טאטע פונעם הייליגן אמורא רבי מנא, ווען ער האט געוואלט גיין התבודדות פלעגט ער בעטן זיינע קינדער: "הָבוּ לִי גוּאַלְקִי", ברענגט מיר מיין טאשקע, ער האט זיי איינגערעדט אז ער גייט מאכן ביזנעס, "קָאֵי בְּדוּכְתָּא צְנִיעָא", ביז דערווייל האט ער זיך באהאלטן און דארט פלעגט ער בעטן דעם אייבערשטן אויף וואס ער דארף; אזוי זאלסטו טון, זאג אין שטוב: "איך גיי מאכן ביזנעס" און גיי ערגעץ אין א שטילע גאס, אין א שטילע פלאץ - און וויין זיך אויס צום אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו לעבן מיט אים; בעט אים: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל לערנען און דאווענען; אייבערשטער העלף מיר איך זאל געדענקען פון תכלית".


איך שרייב דיר וואס צו טון נאר ווייל איך האב דיר ליב; דו ביסט מיר אינגעקריצט אין הארץ, וויל איך דיר פירן אויף א וועג דו זאלסט זיין ערליך און האבן ערליכע דורות; נעם אן די מוסר מיט ליבשאפט.