בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.
עס איז נישט קיין כבוד פאר די תורה און פאר כבוד בית המדרש צו געבן אן עלי' פאר איינעם וואס קומט; ובכן וויל איך דיר בעטן אז אפילו דו פארקויפסט די עליות - קען מען נאר געבן אן עלי' פאר איינעם וואס קומט אנגעטון אין שול בכבוד, און אז מען קומט אין שול ווי מען גייט אין פארק זיך אויסלופטערן - קענסטו נישט געבן קיין עלי' און אויך נישט צו זיין דער בעל תפילה.
ברוך ה' רובם ככולם פון אנשי שלומינו קומען אין שול אנגעטון מיט בכבוד'דיגע קליידער, אנגעטון מיט א הוט און רעקל, עס איז נאר געציילטע וואס זענען נאך אין א קטנות הדעת, זיי טראכטן אז מען קומט אנגעטון איז מען א פרומער וכו', ביז מען וואקסט אויף און מען הייבט זיך אן שעמען: 'ווי אזוי קען זיין אז ביז אהער האב איך נישט מכבד געווען די שול?' וואס איז אזוי ווי דער בית המקדש, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מגילה כט.; זוהר נשא, דף קכו.) 'מקדש מעט', א שול - איז א קליינע בית המקדש; מען שעמט זיך פון ווי אזוי מען האט זיך געפירט ביז אהער.
איך גיי נישט זאגן זאלסט ארויסשיקן מענטשן פון בית המדרש, וואס דאס וואלט ווען אויך געדארפט זיין, איך גיי דיר נישט זאגן דו זאלסט דאס טון, אבער אנשי שלומינו וואס קומען אין בית המדרש אנגעטון ווי מען גייט זיך אויסלופטערן - קענסטו נישט צושיקן נישט צום עמוד, און נישט געבן קיין עלי'.
איך בעט דיר, היט אויף די כבוד פון בית המדרש, היט אויף די כבוד פון הייליגן רבי'ן און אויף די כבוד פון מוהרא"ש זכות יגן עלינו.
נעם אויף יעדן איינעם מיט א שמייכל, און האלט חשבון אויף אלע מתפללים ווער עס פעלט, ווער עס קומט נישט, זוך אויף וועם מען דארף פרייליך מאכן; מען דארף אויך עוסק זיין אין מקרב זיין קרובים, נישט נאר רחוקים, והבן למעשה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.