בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - טייל איין די גאסן און שולן פאר הפצה
הפצה, צדקה, לאנדאן, שול, חבורה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די פראגע, אודאי זאלסטו געבן דיין צדקה פאר די שול אין לאנדאן דארט וואו דו דאווענסט, און אויך פאר הפצה, דרוקן און פארשפרייטן קונטרסים און גליונות אין לאנדאן; וואס איז בכלל די פראגע?


שטארק זיך און שטארק אלע אנשי שלומינו פון לאנדאן, און מאך חבורות פון אינגעלייט ווי מען איז זיך מחזק אין הפצה, טיילט איין די גאסן פון לאנדאן, די שולן פון לאנדאן, און יעדער אינגערמאן נעמט כך וכך שולן, ישיבות און כוללים, און גייט פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, עצות און חיזוק - פאר יעדן איד, זיך צוריקקערן צום אייבערשטן און וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב, מיט קינדער וכו'.


קלאפ זיך נישט, און אז דו האסט זיך געקלאפט אלע דיינע יארן, יעצט ביסטו אבער ביים רבי'ן, טארסטו נישט ווייטער זיך קלאפן; הייב אן האלטן פון דיר, און גלייב אז דער אייבערשטער האט דיך ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - א געזונטע סדר היום פאר'ן לאנגן ווינטער
משניות, סדר היום, התבודדות, ווייב, שול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


אפילו איך האב דיר שוין געזאגט און געשריבן, וויל איך דיר נאכאמאל זאגן א גרויסן יישר כח פארן העלפן מסדר זיין די שול. דער שמש ר' ישראל פוקס נרו יאיר, האלט מיר אין איין זאגן אז דו העלפסט די שול עס זאל זיין ריין און מסודר, דו לייגסט אוועק די ספרים בהתנדבות לבך, און אזוי ווייטער, דאס ווייזט אז דו האסט א שטארקע געפיל צום הייליגן רבי'ן, דו ביסט מכיר טוב דעם רבי'ן, און דערפאר העלפסטו.


עס קומט א לאנגע ווינטער, מאך זיך א געזונטע סדר היום, לייג זיך שלאפן פרי; דאווען מעריב פרי, און גיי אהיים פארברענגען מיט דיין ווייב, און גייט שלאפן, אזוי וועסטו אויפשטיין פרי און קענען גיין התבודדות. גיי נישט מיט די קאר אין שול, גיי א שפאציר, אזוי וועט די התבודדות זיין בקביעות, און לערן אין 'כולל בוקר' ח"י פרקים משניות; ווען דו לערנסט ח"י פרקים משניות זאלסטו ארויסזאגן די ווערטער, דו זאלסט זיך קענען הערן, זינג די ווערטער מיט א ניגון; אויך זינג דעם "יום תהלים", און לייג אריין דיינע אייגענע בקשות און לויב ווערטער, און אז עס בלייבט דיר צייט פארן דאווענען – זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין זאגן תיקונים, דאס זאלסטו אויך זאגן בקול, מיט א ניגון; דאס וועט אויסציכטן און אויסגלאנצן דיין נשמה.

#5 - זייער נישט ריכטיג געווען צו ברענגען ביכער אין שול
מוסר, דאווענען, יום כיפור, שול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


זאגסט מיר שטענדיג איך זאל דיר זאגן מוסר, איך זאל דיך אויסבעסערן וכו'; איך וויל דיר זאגן, עס האט מיר זייער פארדראסן צו זען ווי דו האסט געברענגט ביכער אין שול צו האבן וואס צו טון א גאנץ יום הקדוש; איך האב עס נישט געקענט גלייבן, אז מען קומט לכתחילה צוגעגרייט נישט אויסצוהערן און מיט דאווענען, נאר זיצן מיטן טלית און קיטל נאר לפנים, עס זאל אויסזען ווי מען איז א וואוילער וואס זיצט אין שול, און אונטערן טלית ליינען ביכער השם ירחם, און פארדעם וואלסטו נישט געדארפט איבערלאזן דיין ווייב און קומען צו מיר, דאס איז נישט ריכטיג.


מילא מען פארקוקט זיך אין א ספר, מילא מען פארקוקט זיך אין בריוו פון מוהרא"ש, אשר בנחל – איז אויך יום הקדוש, און מען דארף דאווענען און אויסהערן דאס דאווענען; אבער ברענגען לכתחילה ביכער און נאך זיין א (מזכה) את השכנים, געבן פאר בחורים און אינגעלייט צו ליינען – דאס איז נישט ריכטיג.


מער פון דעם האב איך דיר נישט וואס צו זאגן.

#4 - בלייבן ביים רבי'ן מיט הארץ, מיט געפיל, אן קיין חשבונות
צדקה, הכרת הטוב, ספר תורה, שול, גבאים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איינער האט מיר דערציילט אז דו ביסט געווארן אנגעווייטאגט וכו', און דו האסט מחליט געווען מער נישט צו שטיצן די שול מיט קויפן עליות און נעמען זכותים.


ליבער ברודער, איך וועל רעדן מיט די גבאים זיי זאלן דיך מפייס זיין, איך האלט אויך אז זיי האבן געמאכט א טעות, ווייל מען דארף זיך רעכענען מיט בעלי שמחות, זיי געבן עליות בעת שמחתם, בפרט די וואס העלפן א גאנץ יאר די שול מיט געבן געלט פאר די שול וכו'.


אבער איך וויל דא צוקומען צו עפעס מער טיפער, לו יצויר אז די גבאים וועלן ווייטער האלטן אז מען דארף קויפן עליות אפילו ווען מען מאכט א שמחה, און דו שפירסט ווי זיי גייען קאפ אין וואנט, דארף מען נאכאלץ העלפן די שול, ווייל די שול איז דעם רבינ'ס שול, און די נדרים ונדבות גייט נישט פאר די גבאים, דאס גייט פארן שול; מען דארף בלייבן ביים רבי'ן.


איך האלט אויך אז ווען איינער העלפט די שול דארף מען אים אוועק געבן די עליות, איך האב געמאכט א הכנסת ספר תורה, איך האב געזאגט פאר די גבאים, איך ברענג פארן שול א ספר תורה פון קרוב צו צוויי הונדערט טויזנט דאלער, און מיין שווער שליט"א, מיין שוואגער דער סופר, מיט נאך משפחה קומען אויף שבת צו די הכנסת ספר תורה; איך וויל זיי מכבד זיין מיט עליות, איז ריכטיג מען זאל מיר אוועק געבן די עליות וכו'.


איך זע איין זאך, אז עס איז נישט קיין גרינגע זאך צו בלייבן ביים רבי'ן מיט הארץ, מיט געפיל, אן קיין חשבונות מיט דעם און מיט יענעם, און מיט הכרת הטוב פאר אלע וואס טוען און העלפן.


איך בין דיר זייער מכיר טובה.

#3 - אין שול קומט מען אנגעטון מער איידל און מער הייליג
צניעות, שייטל, שול, תפלה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ד' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


פארוואס מאכט איר אוועק די שיינע זאך וואס מיר פירן איין אין די קהילה אז די פרויען זאלן קומען אין שול מיט א צוגעדעקטע שייטל? איר זאגט אז עס זעט אויס ווי קינדער שפילן מצוה קינדערלעך, מען שפילט א שפיל פון גיין איידל וכו'.


איך וויל פרעגן, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אז אין שול קומט מען אנגעטון מער איידל און מער הייליג; און אז מען קומט אינעם בית ה', דעם אייבערשטנ'ס הויז - דעקט מען זיך צו, מען מאכט זיך מער איידל? אזוי ווי ביי די מענער שול קומען אלע איידל, מען קומט אנגעטון, און אפילו במשך דעם טאג גייען נישט אלע אנגעטון איידל, דאך קומען אלע אין שול דאווענען מיט הכנעה, איז וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אז מען זאל קומען אין שול צוגעדעקט?!


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן איידלקייט, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט באקומען א טעם און א געפיל צו איידלקייט, און זיך פירן בצניעות - וועט איר ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סב:): "צְנִיעוּת שֶׁהָיְתָה בְּךָ הִיא חָסָה עָלֶיךָ", אז מען פירט זיך איידל ווערט מען געראטעוועט פון פיינט וואס ווילן הרג'ענען; נאך זאגן זיי (תנחומא וישלח, ו): "בִּזְמַן שֶׁהִיא צְנוּעָה בְּתוֹךְ הַבַּיִת, כְּשֵׁם שֶׁהַמִּזְבֵּחַ מְכַפֵּר, כָּךְ הִיא מְכַפֶּרֶת עַל בֵּיתָהּ", ווען די פרוי פירט זיך איידל אויך אין שטוב, איז זי אזוי ווי די מזבח; אזוי ווי דער מזבח איז מכפר אויף עבירות, טוט די פרוי מכפר זיין אויף אלעס, און די גאנצע שטוב ווערט געראטעוועט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#2 - אלעס זאל גוט קלאפן אין שול אום חודש תשרי
הכנסת אורחים, כשרות, ימים נוראים, שול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ישראל פוקס נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן א גאנץ יאר.


יעצט ווען עס קומט חודש תשרי און עס איז דא מער ארבעט ווי א גאנץ יאר איז כדאי דו זאלסט ארבעטן מיט שלמה יאקאבאוויטש נרו יאיר, ער האט א שטארקע געפיל צו העלפן אין שול מיט קאכן עסן פאר די סעודות און מיט אויסטיילן וכו'.


אויך איז גוט דו זאלסט נעמען אפאר בחורים וואס זענען גרייט צו העלפן מיט א געטריישאפט, ווייל דו אליין וועסט נישט קענען מאכן די ארבעט בשלימות, עס קומט אן עולם און זאכן דארפן קלאפן, און אז דו וועסט האבן אפאר אינגעלייט און בחורים וואס זענען גרייט משמש זיין דורכאויס די הייליגע טעג - וועסטו קענען אהער שטעלן אז אלעס זאל קלאפן.


געב אכטונג אז ווען מען געבט עסן אין שול זאל די כשרות זיין אויפן העכסטן סטאנטארד; פלייש און יעדע פליישיגע מאכל קען נאר זיין פון 'ברסלב'ע פלייש', אדער פלייש פון 'קהילת סאטמאר'; קיין שום אנדערע פלייש קען נישט אריינקומען ביי אונז אין שול, אפילו מען באקומט עס אומזיסט וכו'; איך מאך דיך א שליח אז דו וועסט שטיין אויף דעם.


אויך זאלסטו פרעגן ביי אנשי שלומינו ווער עס וויל העלפן מנדב זיין די יארצייט סעודה און די אנדערע סעודות, איך געדענק ל"ג בעומר האסטו זייער שיין געמאכט, האסט סיי צאמגעשטעלט די געלט, און סיי געקאכט; עס האט געהאט אלע טעמים, איך האף אז חודש תשרי וועסטו אויך אלעס טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1 - זיך פירן אין שול מיט דרך ארץ
דרך ארץ, שלש סעודות, שטריימל, שול

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן: ברענג נישט אין שול קיין ניסלעך; פאפיטעס און די אנדערע ניסלעך; עס שטערט די שלש סעודות. ווייס ווען און ווי, יעדע זאך האט זיך זיין צייט, שלש סעודות איז א צייט פון תשובה און תיקון המעשים, מען זיצט אינאיינעם, מען זינגט זמירות און מען הערט אביסל חיזוק, נישט מען זיצט מיט ניסלעך און מען רעדט פון נייעס.


אויך דאס זיצן אן די שטריימל ביי שלש סעודות איז נישט וואס איך מעג לאזן. איך האב באקומען מוסר פון מוהרא"ש אז ביים דאווענען און ביי יעדע מאל מען זיצט ביי א סעודת מצוה, אז איך זאל פארלאנגען פון די בחורים און אינגעלייט זאלן זיצן אנגעטון וכו'.


פרעג נישט וואס איז געווען, מען איז געגאנגען צו מוהרא"ש דערציילן אז אין ישיבה זיצט מען ביי מלוה מלכה און ביי די באטע אן די הוט און בעקיטשע, מוהרא"ש האט מיר געשריבן אז איך זאל אכטונג געבן, מוהרא"ש האט מיר געגעבן ליבליכע מוסר אז ווען מען זיצט אינאיינעם ביי א סעודת מצוה זאל איך אכטונג געבן אז די בחורים זאלן זיצן אנגעטון, שפעטער האב איך געשיקט א בילד פאר מוהרא"ש ווי די בחורים זיצן ביי א סעודת מצוה אנגעטון מיט די הוט און רעקל, און מוהרא"ש האט זייער הנאה געהאט, מוהרא"ש האט מיר גלייך געשריבן א בריוו אז ער האט גרויס הנאה אז איך פאלג.


זע דעם בריוו:


בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ יוֹם ו' עֶרֶב שַׁבָּת קוֹדֶשׁ לְסֵדֶר וָאֶתְחַנָן י"ב מְנַחֶם אָב ה'תשע"א


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל הָאַבְרֵךְ ... נֵרוֹ יָאִיר


אִיךְ הָאבּ דֶערְהַאלְטְן דַיין בְּרִיוו.


אִיךְ הָאבּ גֶעזֶעהְן דִי בִּילְדֶער וִוי דִי בָּחוּרִים זָאגְן קִינוֹת וְכוּ', אַזוֹי דַארְף זַיין, מֶען זָאל זִיצְן אוּן זָאגְן אָנְגֶעטוּהְן מִיט אַ רֶעקְל אוּן אַ הִיט וְכוּ', הַלְוַואי זָאל זַיין אַזוֹי אוֹיכֶעט בִּשְׁעַת מְלַוֶה מַלְכָּה וֶוען מֶען עֶסְט דִי סְעוּדַת מְלַוֶה מַלְכָּה אוּן מֶען זִינְגְט זְמִירוֹת פוּן מוֹצָאֵי שַׁבָּת דַארְף מֶען אוֹיכֶעט גֵיין אָנְגֶעטוּהְן מִיט אַ הִיט אוּן מִיט אַ בֶּעקֶעטְשֶׁע, נִישְׁט זִיצְן נָאר מִיט אַ הֶעמְד אָן אַ הִיט וְכוּ', דִי קְלֵיינִיקֵייט אִיז אַ יְסוֹד אִין יִרְאַת שָׁמַיִם, אוּן וִוי מֶען גֶעוואוֹינְט צוּ בָּחוּרִים יוּנְגֶערְהֵייט אַזוֹי וֶועלְן זֵיי עֶס טוּהְן דֶעם גַאנְצְן לֶעבְּן, סְ'אִיז דָא צַייטְן וָואס מֶען דַארְף גֵיין אָנְגֶעטוּהְן מִיט אַ הִיט אוּן אַ רֶעקְל, צוּם בֵּיישְׁפִּיל בַּיים דַאוֶוענֶען, בַּיי אַ סְעוּדַת מִצְוָה, בַּיי דִי שַׁבָּת'דִיגֶע סְעוּדָה, אָדֶער בַּיי טוּהְן אַ מִצְוָה, אָבֶּער זַאנְס קֶענֶען זֵיי גֵיין אָן אַ הִיט אוּן אַ רֶעקְל, צוּם בֵּיישְׁפִּיל בַּיים לֶערְנֶען וְכוּ', פַארְשְׁטֵייט זִיךְ מֶען דַארְף מַקְפִּיד זַיין זֵיי זָאלְן גֵיין מִיט דִי צִיצִית אוֹיפְן הֶעמְד, אָדֶער אַ וֶועסְט אוֹיף דִי צִיצִית אָדֶער בְּלוֹיז דִי צִיצִית אוֹיף דִי הֶעמְד, אָבֶּער בְּשׁוּם פָּנִים וְאוֹפָן נִישְׁט גֵיין דִי צִיצִית אִינְטֶערְן הֶעמְד, אִיךְ הָאבּ אַ שְׁוֶוערֶע אַרְבֶּעט דָאס אַיינְצוּפִירְן בַּיי דִי סְפַרְדִישֶׁע אִידְן, אָבֶּער בַּיי חַסִידִישֶׁע בָּחוּרִים דַארְף דָאס זַיין אַ פָּשׁוּטֶע זַאךְ, (אֲפִילוּ זֵיי זֶענֶען גֶעוֶוען אַרָאפְּגֶעפַאלְן וְכוּ', אָבֶּער יֶעצְט בָּרוּךְ הַשֵׁם קוּמֶען זֵיי צוּרִיק, דַארְפְן זֵיי צוּרִיקְקוּמֶען אִינְגַאנְצְן) דִי זַאכְן אִיז נִישְׁט קַיין חוּמְרָא, אַזוֹי פִירְט זִיךְ אוֹיף אַ חַסִידִישֶׁ'ער בָּחוּר. זָאלְסְט זֶעהְן זֵייעֶר מַקְפִּיד זַיין אוֹיף דֶעם, וֶועסְטוּ זֶעהְן וָואסֶערֶע שֵׁיינֶע יְשִׁיבָה דוּ וֶועסְט הָאבְּן, אַז מֶען וִויל קֶען מֶען פּוֹעֵלְ'ן בַּיי אַ בָּחוּר אַלֶעס, נָאר דֶער מַשְׁפִּיעַ דַארְף הַאלְטְן דֶערְבַּיי.


דָאס וָואס זֵיי הָאבְּן גֶעוַוארְט בִּיז נָאכְמִיטָאג זֵיי זָאלְן קֶענֶען לֶערְנֶען וְכוּ', דָאס אִיז בֶּאֱמֶת אַ חִידוּשׁ, אוּן אִיר הָאט זִיךְ מִיט וָואס צוּ שְׁטָאלְצִירְן.


יֶעדֶע זַאךְ דַארְף מֶען מַאכְן מִיט יִשׁוּב הַדַעַת, כְּדֵי נִישְׁט אַרַיינְצוּפַאלְן אִין חוֹבוֹת, וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גֶעזָאגְט (סֵפֶר הַמִדוֹת אוֹת מָמוֹן סִימָן ע"ז) מִי שֶׁעוֹשֶׂה מַעֲשָׂיו בִּמְהִירוֹת בְּלִי יִשׁוּב הַדַעַת נַעֲשֶׂה בַּעַל חוֹב; מֶען גֶעט קֵיינְמָאל נִישְׁט הֶעלְפְט גֶעלְט פַאר אַ אַיינְגַאבֶּע (דִיפַּאזֶעט בְּלַעַ"ז) וְכוּ', מֶען דַארְף צוּגֶעוואוֹינֶען דִי בָּחוּרִים זֵיי זָאלְן לֶערְנֶען אַסַאךְ סֵפֶר הַמִדוֹת, כְּדֵי זֵיי זָאלְן זִיךְ אַיינְקוֹיפְן גוּטֶע מִדוֹת, דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גֶעזָאגְט אַז דֶער סֵפֶר הָאט אִים גֶעמַאכְט פַאר אַ אִיד, אִיךְ הָאבּ אַיינְגֶעפִירְט בַּיי מִיר אִין תַּלְמוּד תּוֹרָה אוּן אִין דִי מֵיידְל שׁוּלֶע אִין יַבְנְאֵל, אַז פוּן דִי עֶרְשְׁטֶע כִּיתָּה אָן לֶערְנְט מֶען שׁוֹין מִיט זֵיי סֵפֶר הַמִדוֹת, אוּן זֵיי זִינְגֶען דָאס מִיט אַ נִיגוּן, פַארְשְׁטֵייט זִיךְ זֵיי קֶענֶען לָשׁוֹן קוֹדֶשׁ דַארְפְן זֵיי נִישְׁט דֶעם טַייטְשׁ, אָבֶּער אוּנְזֶערֶע בָּחוּרִים אוּן קִינְדֶער דַארְפְן הָאבְּן דֶעם טַייטְשׁ אוֹיכֶעט.


שְׁטַארְק זִיךְ אוּן לֶערְן יֶעדְן טָאג חוּמָשׁ וְרַשִׁ"י מִיט תַּרְגוּם, וָוארוּם דָאס אִיז אַ סְגוּלָה אוֹיף יִרְאַת שָׁמַיִם, אוּן דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גֶעזָאגְט (סֵפֶר הַמִדוֹת אוֹת יִרְאָה, סִימָן כ"א) מִי שֶׁיֵשׁ בּוֹ יִרְאַת שָׁמַיִם בְּוַודְאַי יִשְׁמַע בְּקוֹל הַצַדִיקִים.


זָאלְסְט הָאבְּן אַ לֶעכְטִיגְן שַׁבָּת


*


דעריבער בעט איך דיר און איך בעט אלע וואס דאווענען אין אונזערע שולן אז מען זאל קומען שבת אין שול מיט שטריימל און בעקיטשע און טון די ווילן וואס מוהרא"ש האט געוואלט.


ברענג נישט מער קיין ניסלעך אין שול, דאס זאלסטו עסן אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.