בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מ'קען שעפן נחת פון די ברסלב'ע קינדער, אדער זיך אויפעסן די יארן
צרות, חסידות ברסלב, משפחה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


זארגט נישט, אייער קינד וועט זיין געזונט און שטארק.


בנוגע וואס איר שרייבט, וואס אייער מאמע זאגט אז אייער ברודער'ס קינד איז געשטארבן וועגן איר; זייט מיר מוחל, א איד רעדט נישט אזוי. איך קען נישט אייער מאמע, אדער איז זי נישט ביים זינען, אדער ווייס איך נישט... אזוי רעדט נישט א איד. אייער ברודער האט פארלוירן זיין קינד - נישט וועגן ברסלב, דער אייבערשטער פירט די וועלט, מיר ווייסן נישט דעם אייבערשטנ'ס חשבונות.


נעמט ארויס די צעדרייטע מחשבות פון קאפ; אייער מאמע האט צוויי ברירות, אדער האבן נחת פון די ברסלב'ע קינדער, אדער זיך אויפעסן די יארן, מער פון דעם קען זי נישט טון. אירע הקפדות וועט שאטן 'נאר' פאר איר געזונט, קיינער וועט נישט געשעדיגט ווערן; זי איז א גרויסע רחמנות.


איך האב זיך אויפגעוועקט ביינאכט, איך האב געליינט אייער מעסידזש און איך בעט דעם אייבערשטן אייער קינד זאל זיין געזונט. איך האב שוין נישט געקענט צוריק גיין שלאפן פון די נארישע פרוי וואס פייניגט זיך מיט אירע ברסלב'ע קינדער.


דא קומט אריין דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "שַׁעֲרֵי דְּמָעוֹת", די טירן פון טרערן, "לֹא נִנְעֲלוּ" - איז קיינמאל נישט פארשפארט; פארוואס דארף זיין טירן? אויב איז עס אלץ אפן פעלט דאך נישט אויס קיין טירן?! זאגט דער הייליגער ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו, אז די טירן דארף מען פאר די נארישע מאמעס וואס וויינען ווען זייערע קינדער ווערן מקורב צו צדיקים, זיי וויינען צום אייבערשטן אז די קינדער זאלן נישט האבן מיט חסידים, דעמאלט פארמאכט מען די טירן.


ווען אייער מאמע זאל וויסן וואס איך האב געטון מיט אירע קינדער... אייער ברודער ... האט נישט געלייגט קיין תפילין וכו' וכו'; פון ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן האט ער תשובה געטון.


איך האב אסאך צו שרייבן, אסאך צו דערציילן פון אייער משפחה; דער עיקר וואס איך וויל מיט דעם בריוו איז ארויסנעמען די נארישע מחשבות וואס כאפן זיך אריין אין אייך פון אייער מאמע'ס ווערטער, כאילו זי קען מקפיד זיין, זי קען הרג'ענען; זי קען גארנישט טון, איין ברירה האט זי, זי קען הנאה האבן און שעפן נחת אדער זיך אויפעסן און מקפיד זיין אויף זיך אליין.