בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
נאכן זיין איבער א וואך אין שטעטל, וויל איך דיר זאגן אז די מיטינג וואס מיר האבן געהאט פאריגע וואך ביז שפעט ביינאכט, ביז האלב דריי פארטאגס – איז מיר געווען די שענסטע זאך, ווייל אז עס קען זיין שלום צווישן אונז – איז די גרעסטע זאך, און אז מיר וועלן זיך ליב האבן, אפילו ווען מיר האבן אנדערע מיינונגען – איז דאס עולה על הכל.
וויסן זאלסטו, דער סמ"ך מ"ם האט איין וועג, און נאר איין וועג – ווי אזוי ער קען צעברעכן אונזער קהילה, נאר דורך מחלוקת, און אויב מיר וועלן זיך שטארקן, ווייטער בלייבן ביים רבי'ן, ווייטער אינאיינעם משמש זיין דעם רבי'ן, אפילו מען טוט אנדערש ווי מיר ווילן, און מען הערט נישט אויס וכו' וכו' – וועלן מיר זייער מצליח זיין.
פון היינט און ווייטער זאלסטו זאגן דיין מיינונג, יעדע מאל מען רופט דיך צו א מיטינג זאלסטו זאגן דיין מיינונג, און אז מען וועט נישט טון ווי אזוי דו זאגסט – זאלסטו בלייבן העלפן מיט די גאנצע הארץ, און אויך אז דו וועסט דארפן אויפווישן די מילך וואס זיי האבן אויסגעגאסן וכו' – זאלסטו דאס טון מיט די גאנצע הארץ, טראכט פון רבי'ן, טראכט: 'איך ארבעט נישט פאר קיינעם, איך זוך נישט 'ונעשה לנו שם', איך בין נישט פון די 'דור הפלגה' וואס האבן געזוכט די אייגענע כבוד'; איך האב געזען אזויפיל אין די יארן וואס איך בין דא, אזויפיל מענטש וואס האבן געארבעט, געמאכט און געטון, און ווען זיי האבן אויפגעהערט צו באקומען כבוד – האבן זיי אפגעלאזט; דעמאלט האט זיך אויסגעשטעלט למפרע אז זיי האבן געהאט א באהאלטענע נישט ריכטיגע כוונה, ווייל ווי אזוי קען זיך אויסלעשן די געפיל צום רבי'ן צוליב אזעלכע זאכן...?
איך האב דיך ליב, און יעצט נאכן זיך לאזן בייגן האב איך דיך נאך מער ליב, מיין נישט אז מיך פאלגט מען אלעס וואס איך זאג, דאך בלייב איך ווייטער משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן.
שטארק זיך, בלייב העלפן די קהילה, אבער נאר אז דו וועסט אוועק לייגן אלע דיינע חשבונות און יעדן איינעם העלפן, יעדן איינעם געבן א שמייכל, חס ושלום האבן חשבונות מיט דעם און מיט יענעם.