בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נאר דאנקען און לויבן
אמונה, התחזקות, צדקה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מוהרנ"ת פלעגט זאגן, ווען א מענטש קרעכצט, ער רעדט זיך אפ, זאגט מען אין הימל אז מען וועט אים געבן נאך מער אויף וואס צו קרעכצן, און ווען א מענטש דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, און אויף יעדע זאך זאגט ער: "ברוך השם", "געלויבט דער אייבערשטער" וכו' – זאגט מען אין הימל אז מען וועט אים געבן נאך מער גוטס, ער זאל האבן אויף וואס צו דאנקען און לויבן, און דאס איז וואס מען וויינט עד היום יעדע יאר תשעה באב, ווייל מען האט געקרעכצט, מען האט זיך אפגערעדט אויפן אייבערשטן.


על כן זאלסטו זיך זייער שטארקן נאר צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער אוועק נעמען פון אונז די טעג פון בין המצרים, ער וועט אונז געבן נאר גוטס, פון הימל וועט מען זאגן: "קוקט דעם איד וואס האט גארנישט, ער האט צרות ויסורים, און דאך דאנקט ער דעם אייבערשטן, לאמיר אים געבן נאך גוטס"; מוהרא"ש טייטשט דעם פסוק (תהלים קלו, א): "הוֹדוּ לַה' כִּי טוֹב", דאנק דעם אייבערשטן, זאג שטענדיג 'כי טוב', דער אייבערשטער איז גוט, דורכדעם וועט זיין "כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ", וועסט שטענדיג דאנקען דעם אייבערשטן אויף זיינע חסדים; ווייל דורך דאנקען דעם אייבערשטן זעט מען וואונדערליכע ישועות און רפואות, מען זעט אפענע ניסים.