בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.
איך האב געוויינט ווען איך האב געליינט דיין בריוו.
קיינער אין די וועלט וועט נישט פארשטיין וואס דו גייסט אריבער; דו ביסט א יונג קינד וואס האלט אינמיטן וואקסן און דיין לעבן איז דיר אזוי פארפלאנטערט... נאר דער אייבערשטער קען דיר העלפן, נאר ער פארשטייט דעם מענטש אין א צרה. דערפאר זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך וואס דו דארפסט און פארצייל אים אלעס וואס באדערט דיר, וועסטו זען גרויסע ניסים.
דאס וואס דו שרייבסט אז דיינע עלטערן שלאגן זיך הענט און פיס, עס גייט מכות אין שטוב און דיין מאמע פרעגט דיר אויב זי זאל זיך גט'ן וכו', דו פרעגסט מיר וואס דו זאלסט איר ענטפערן; דאס בעסטע זאך פאר דיר וואלט געווען ווען דו קענסט גיין שלאפן ביי דיין באבע אז דו זאלסט נישט דארפן ווערן אריינגעדרייט אין די מחלוקת. דו האסט א וואוילע באבע אין ..., זי פירט א וואוילע שטוב איז גוט פאר דו זאלסט איינשטיין ביי איר, דארט וועסטו זען א ביישפיל פון א אידישע מאמע.
איך וועל שרייבן פאר דיין מנהלת תחי' זי זאל דאס אויסארבעטן מיט דיר, אז דו זאלסט איינשטיין ביי דיין באבע.
איך שרייב דיר דא א תפילה וואס דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:
"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין לֶעבְּן, אִיךְ דַאנְק דִיר אַז אִיךְ בִּין גֶעזוּנְט אוּן אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר אַלֶעס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר. אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער הֶעלְף אַז מַיינֶע עֶלְטֶערְן זָאלְן לֶעבְּן בְּשָׁלוֹם, זֵיי זָאלְן זִיךְ נִישְׁט קְרִיגְן אוּן זֵיי זָאלְן זִיךְ נִישְׁט שְׁלָאגְן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ קֶען נִישְׁט צוּקוּקְן דִי קְרִיגֶערַייעֶן צְוִוישְׁן מַיין טַאטֶע אוּן מַאמֶע; יֶעדֶע נַאכְט קוּמֶען פָאר טַעְנֶה'רֵייעֶן אוּן קְרִיגֶערַייעֶן צְוִוישְׁן זֵיי בִּיז זֵיי שְׁלָאגְן זִיךְ רַחְמָנָא לִצְּלָן, אִיךְ וֵוייס נִישְׁט וָואס צוּ טוּן וֶוען אִיךְ זֶע וִוי זֵיי קְרִיגְן זִיךְ, אִיךְ הָאבּ לִיבּ מַיין טַאטֶע אוּן אִיךְ הָאבּ לִיבּ מַיין מַאמֶע, אִיךְ וֶוער אַזוֹי דֶערְשְׁרָאקְן, אִיךְ וֶוער מַמָּשׁ צֶערִיסְן צְוִוישְׁן זֵיי; וֶוען מַיין מַאמֶע הֵייסְט מִיר עֶפֶּעס טוּן זָאגְט מִיר מַיין טַאטֶע אַז אוֹיבּ אִיךְ גֵיי עֶס טוּן גֵייט עֶר מִיר שְׁלָאגְן, אוּן וֶוען מַיין טַאטֶע הֵייסְט מִיר עֶפֶּעס טוּן שְׁרַייט מַיין מַאמֶע אִיךְ זָאל עֶס נִישְׁט טוּן; הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער רַאטֶעוֶוע מִיר, אִיךְ וֶוער צֶערִיסְן אִינְדֶערְמִיט, אִיךְ קֶען נִישְׁט מֶער, אִיךְ הַאלְט עֶס נִישְׁט אוֹיס".
אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג ביז דו וועסט זען דיין ישועה; ווען עס ווערט א קריגעריי אין שטוב זאלסטו נישט בלייבן שטיין דארט, נאר זע צו לויפן צום אייבערשטן וועסטו זען גרויסע נסים.
איך האב דיר געגעבן א מתנה א 'ספר תהילים'; זע צו זאגן תהילים ווייל אין דעם ליגט אלע ישועות. זאג אין א סדר יעדן טאג תהילים, אויב דו האסט צייט צו זאגן דעם 'יום תהילים' זאלסטו זאגן דעם 'יום תהלים' און אז דו האסט נישט קיין צייט זאלסטו זאגן וויפיל דו קענסט.
שרייב מיר כאטש איין מאל א וואך א בריוו.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.