בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב
דיין ווייב האט מיר געבעטן איך זאל דיר מחזק זיין בנוגע וואס דו שפירסט זיך צעקלאפט, ווען דו זעסט דיינע חברים ווי זיי זענען מצליח בעבודת השם ווערסטו זייער צעבראכן.
איך בעט דיר מיין טייערער ליבער ברודער, וואס ווייסטו וואס גייט אריבער אויף זיי? וואס ווייסטו וואס פאר א נסיונות זיי האבן? עס דאכט זיך דיר ווי זיי האבן נישט קיין יצר הרע און זיי האבן נישט קיין נסיונות, און ווי מער דו קוקסט אויף זיי ווערסטו מער און מער גארנישט ביי זיך; פארוואס זאלסטו קוקן אויף אנדערע? דער רבי האט דאך אונז געלערנט די סוד פון האבן א גוט לעבן, פון זיך מחי' זיין מיט וואס מען האט און נישט קוקן אויף יענעמ'ס הצלחה אין עבודת השם.
דער רבי האט דערציילט די מעשה פון דעם חכם און תם (ספורי מעשיות, מעשה ט), דער תם איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך. ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א האניג'דיג וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע דאס איז"; אבער זיין ווייב האט זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר; דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן; לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריינגעקומען ריווח, און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"
אז עס כאפט דיר אן א נישט גוטע קנאה, דו הייבסט אן טראכטן פון דיינע חברים ווי זיי זענען מצליח - זאלסטו זיך דערמאנען די ווערטער פון רבי'ן און זינגען: "דאס איז זיין מעשה און דאס איז מיין מעשה, וואס אינטערעסירט מיר יענעמ'ס עבודת השם?" און זיך מחי' זיין מיטן תם, נישט קוקן אויף א צווייטן, ווייל נאר אזוי קען מען האבן א חיים טובים, און אז מען קוקט אויף א צווייטן האט מען נישט קיין לעבן; איינער וואס איז מקנא א צווייטן עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט.
מאך זיך נישט נאריש, קלאפ זיך נישט אראפ, ביסט זייער טייער און זייער גוט, אין הימל ביסטו א חידוש שבחידושים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לד) יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כא:) עס איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבָּא אוּמְנָא"; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גרוס פון הימל, יעדן ערב שבת פלעגט ער הערן א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבַּיֵי"; רבא פלעגט באקומען דעם בת קול נאר איין מאל א יאר, יעדן ערב יום כיפור פלעגט ער הערן: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ רָבָא"; זאגט די גמרא אז אביי האט געהאט חלישות הדעת פארוואס ער באקומט נאר איינמאל א וואך א בת קול, און אבא אומנא באקומט יעדן טאג א בת קול, האט מען אים געענטפערט פון הימל: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", דו קענסט נישט טון וואס אבא אומנא טוט; אזוי ווי דער תם פלעגט זאגן: "דאס איז יענעמ'ס מעשה, און דאס איז מיין מעשה".
אשרינו און פארט אשרינו!
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.