בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט ווערן פארלוירן
התחזקות, הפצה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, החודש, מברכים החודש, כ"ד אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער ליבער ..., שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, אזויפיל אידן זענען זיך מחי' מיט די שיינע בריוו פון עצתו אמונה, אזויפיל מענטשן נעמען דאס פאר זייער וועג ווייזער, פאר זייער מורה דרך; גאנצע שטובער האבן אויפגעהערט ליינען מאגאזינען, זיי נעמען מער נישט אריין קיין שום ליין מאטריאל.


איך זאג דיר נאכאמאל, די מטרה מיינע פון דרוקן די בריוו איז נאר פאר אנשי שלומינו. איך וויל רעדן צו אלע מיינע תלמידים און צו אלע שטובער, טאטעס און מאמעס, דאס איז מיין וועג ווי איך קען אנקומען צו זיי, (על כל פנים ווער עס וויל מיך אויסהערן). אז די מפיצים ווילן דאס מפיץ זיין - קענען זיי דאס טון, און אז נישט - איז נישט; די בריוו שרייב איך פאר מיינע תלמידים ותלמידות.


וואויל איז דיר אז דו ארבעסט אזוי געטריי אז דאס זאל זיין שיין און בא'טעמ'ט.


איך וויל דיר בעטן זאלסט מאכן א נייעם דעקל, א קאלירטע דעקל פאר די וועכנטליכע קונטרסים, און יעדע יאר פסח זאלסטו בייטן דעם דעקל, אזוי אז עס זאל זיך אויפפרישן ביי אנשי שלומינו, עס זאל זיין פריש.


דא האסטו די מעשה פון הייליגן בעל שם טוב'ס נסיעה קיין ארץ ישראל, איך וועל צעטיילן די מעשה אויף קליינע מעשה'לעך פאר די קומענדיגע וואכן.


מעשה:


דִי זוּן הָאט נָארְוָואס אוֹיפְגֶעשַׁיינְט, עֶס אִיז אַ שֵׁיינֶע וֶועטֶער, אַ שֵׁיינֶע בְּלוֹיעֶ הִימְל, עֶס בְּלָאזְט אַ וִוינְט, דִי וַואסֶער אִיז אוֹיךְ שֵׁיין בְּלוֹי; שְׁטֵייט זִי אוּן קוּקְט אַרוֹיף צוּם הִימְל אוּן זָאגְט: "הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, מִיר הָאבְּן גָארְנִישְׁט, וָואס וֶועט דָא זַיין? הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, מַיין טַאטֶע דֶער גְרוֹיסֶער צַדִיק הָאט גָארְנִישְׁט אוֹיף יוֹם טוֹב פֶּסַח, אֲפִילוּ דִי אֵיין הֶעמְד וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעהַאלְטְן אִינְמִיטְן אוֹיסְוַואשְׁן לְכָבוֹד יוֹם טוֹב - אִיז אַוֶועקְגֶעפְלוֹיגְן מִיטְן וִוינְט..."


דִי צַדֵיקֶת אָדְל, דִי טָאכְטֶער פוּן הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ גֶעפוּנְט זִיךְ בַּיים יַם אִין טֶערְקֵיי, זִי אִיז מִיטְגֶעפָארְן מִיט אִיר טַאטֶע. זֵיי פַארְן יֶעצְט קַיין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, אוֹיף פֶּסַח זֶענֶען זֵיי אִין דִי שְׁטָאט אִיסְטַאנְבּוּל. דִי צַדֵיקֶת אָדְל אִיז גֶעגַאנְגֶען צוּם יַם אוֹיסְוַואשְׁן אַ הֶעמְד אַז אִיר טַאטֶע זָאל הָאבְּן אַ פְרִישֶׁע הֶעמְד לְכָבוֹד יוֹם טוֹב, זֵיי הָאבְּן גָארְנִישְׁט, זֵיי זֶענֶען גֶעפָארְן אָן קַיין גֶעלְט אוּן אָן עֶסְן. דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט וַוארְטְן בִּיז מֶען וֶועט אַיינְפַּאקְן עֶסְן, עֶר הָאט גֶעוָואלְט אָנְקוּמֶען וִוי שְׁנֶעלֶער קַיין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, עֶר וִויל זִיךְ טְרֶעפְן מִיטְן הֵיילִיגְן צַדִיק רֶבִּי חַיִים בֶּן עַטֲר, דֶער אוֹר הַחַיִים הַקָדוֹשׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ.


דִי צַדֵיקֶת אָדְל הָאט זִיךְ נִישְׁט פַארְלוֹירְן, זִי הָאט גֶעבֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן: "הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף אוּנְז, מַאךְ אַ נֵס, עֶס אִיז שׁוֹין עֶרֶב פֶּסַח מִיר הָאבְּן גָארְנִישְׁט אוֹיף יוֹם טוֹב, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער מִיר דַארְפְן מַצּוֹת, וֵויין, פִישׁ אוּן פְלֵיישׁ פַאר יוֹם טוֹב, הֶעלְף אוּנְז מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ גֶעהֶערִיגֶע שְׁטוּבּ וואוּ צוּ זַיין".


פְּלוּצְלוּנְג זֶעט זִי וִוי עֶס קוּמְט צוּ פָארְן אַ גְרוֹיסֶער וָואגְן, דִי וָואגְן שְׁטֶעלְט זִיךְ אָפּ, אוֹיפְן וָואגְן זִיצְט אַ פָּארְפָאלְק, אַ מַאן אוּן וַוייבּ, זֵייעֶר רַייכֶע מֶענְטְשְׁן. זֵיי פְרֶעגְן אָדְל: "מִיר זוּכְן זֵייעֶר דֶעם צַדִיק דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב, אֶפְשָׁר וֵוייסְט אִיר פוּן אִים צוּ זָאגְן? אֶפְשָׁר הָאט אִיר גֶעהֶערְט וואוּ עֶר אִיז?" אָדְל זָאגְט: "אִיךְ בִּין אַ טָאכְטֶער פוּן דֶעם צַדִיק, מַיין טַאטֶע זִיצְט אִין שׁוּל, עֶר לֶערְנְט אוּן דַאוֶוענְט, וָואס קֶען אִיךְ אַייךְ הֶעלְפְן?" זֵיי זָאגְן זֵיי הָאבְּן גֶעבְּרֶענְגְט אַלֶעס פַאר יוֹם טוֹב, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זָאל אַלֶעס הָאבְּן.


דִי צַדֵיקֶת אָדְל זָאגְט גְלַייךְ: "שְׁכֹּחַ אֵייבֶּערְשְׁטֶער! שְׁכֹּחַ אֵייבֶּערְשְׁטֶער! אִיךְ דַאנְק דִיךְ אַזוֹי שְׁטַארְק אַז דוּ הָאסְט גֶעמַאכְט אַ נֵס, מַיין טַאטֶע אוּן אִיךְ וֶועלְן הָאבְּן אַלֶעס אוֹיף יוֹם טוֹב".


טֵייעֶרֶע קִינְדֶער, מִיר לֶערְנֶען זִיךְ פוּן דִי מַעֲשֶׂה נִישְׁט צוּ וֶוערְן פַארְלוֹירְן. אֲפִילוּ מֶען הָאט גָארְנִישְׁט - זָאל מֶען בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן עֶר זָאל מַאכְן נִיסִים, אוּן אַז מֶען הָאט עֶפֶּעס פַארְלוֹירְן, עֶפֶּעס אִיז אַרוֹיסְגֶעפַאלְן פוּן הַאנְט זָאל מֶען זִיךְ דֶערְמַאנֶען פוּן דִי צַדֵיקֶת אָדְל, וָואס זִי הָאט גֶעטוּן וֶוען דִי הֶעמְד אִיז אַרוֹיסְגֶעפְלוֹיגְן פוּן אִיר הַאנְט.


קִינְדֶער מִיר וֶועלְן דֶערְצֵיילְן קוּמֶענְדִיגֶע וָואךְ וֶוער דִי מֶענְטְשְׁן זֶענֶען גֶעוֶוען, וָואס זֵיי הָאבְּן גֶעוָואלְט פוּן הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.