בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט זיין פון די משוגענע צדיקים
רפואה, צדיקים, לימוד התורה, חלישות הדעת, דף גמרא, סיפורי מעשיות, משוגע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תשא, ט"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה איז געווען זייער שיין, מען האט זיך מחזק געווען מיט די זיסע קוואל וואסער וואס פליסט פונעם נ'חל נ'בע מ'קור ח'כמה.


אינדערפרי נאכן דאווענען פירט מען זיך ביי אנשי שלומינו צו לערנען סיפורי מעשיות, מען מאכט קידוש און מען לערנט די מעשיות וואס דער רבי האט דערציילט. מיר האלטן יעצט ביי די מעשה פונעם חיגר (ספורי מעשיות, מעשה ג), ווי ער האט אויסגעשפרייט די שטויב פון די צדיקים, אויסגעמישט מיט די שטויב פון משוגעים און די אלע גזלנים זענען געווארן משוגע'נע צדיקים, זיי האבן זיך אנגעהויבן קריגן אינער מיטן צווייטן.


מיר האבן גערעדט אז ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען טרעט אויף די שטויב פון צדיקים, מען הויבט אן שרייען צום אייבערשטן אויף די טעג און יארן וואס מען האט געטון נישט גוטע זאכן, דארף מען אבער זייער אכטונג געבן נישט צו טרעטן אויף די שטויב פון די משוגעים, פון זיין פארנומען מיט אנדערע, פון זוכן חסרונות ביי אנדערע.


דאס איז אויך אין שטוב, מען טאר זיך נישט קריגן, ווארפן די שולד איינער אויפן צווייטן, די אלע וואס לייגן די שולד אויפן צווייטן - די זענען משוגע'נע צדיקים; אפילו זיי זענען עוסק אין עבודת השם, זיי זענען זיך מתבודד און זאגן תיקון חצות, אויב אבער מען ווארפט אלץ די שולד אויפן צווייטן - איז מען א משוגע'נע צדיק.


ביי שלש סעדות האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון תורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה לז, ד): "כְּשֶׁאָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְמשֶׁה 'וְאַתָּה הַקְרֵב אֵלֶיךָ'", ווען דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו, נעם אהרן און מאך אים פאר כהן גדול, "הֵרַע לוֹ", איז שלעכט געווארן פאר משה רבינו, ער האט געהאט חלישות הדעת פארוואס נישט ער זאל ווערן כהן גדול, "אָמַר לוֹ", האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "תּוֹרָה הָיְתָה לִי וּנְתַתִּיהָ לְךָ, שֶׁאִלּוּלֵי הִיא אִבַּדְתִּי עוֹלָמִי", די תורה איז געווען מיינס און איך האב דיר עס געגעבן; אלע פרעגן, ווי קען זיין משה רבינו זאל האבן חלישות הדעת, און וואס איז דער ענטפער וועגן די תורה?


מיר האבן גערעדט, אז דאס מיינט מען אונז, מיר זענען פול מיט חלישות הדעת, ווען מיר זעען אז מען געבט כבוד פאר א ברודער, פאר א שוואגער, מען מאכט א גרעסערע עסק פון א צווייטן - ווערט אונז שלעכט, מען באקומט חלישות הדעת; זאגט אונז דער אייבערשטער, עס איז דא אן עצה, איך האב ענק געגעבן די תורה, אז מען לערנט תורה ווערט מען אויסגעהיילט, אז מען לערנט תורה גייט אוועק די אלע חלישות הדעת. דאס זאגט דער מדרש: "וְאַתָּה הַקְרֵב אֵלֶיךָ" (שמות כח, א), דאס איז וואס שטייט (תהלים קיט, צב): "לוּלֵי תוֹרָתְךָ שַׁעֲשֻׁעָי אָז אָבַדְתִּי בְעָנְיִי", די תורה ראטעוועט פון אלע חלישות הדעת.


מיר גייען די וואך ענדיגן מסכת בבא קמא, און מיר הויבן אן מסכת בבא מציעא, דאס איז די גרעסטע און בעסטע רפואה פאר אלע פראבלעמען. היינט איז א צייט וואס מען רעדט פון 'זיך היילן דעם נפש', יעדער צווייטער איז עוסק אין 'זיך היילן דעם נפש', די בעסטע היילונג איז לערנען די הייליגע תורה. אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, ח): "רִפְאוּת תְּהִי לְשָׁרֶּךָ וְשִׁקּוּי לְעַצְמוֹתֶיךָ", זאלסטו זיך יעצט אוועק זעצן און לערנען א בלאט גמרא, אפילו אן פארשטיין, וועלן אוועק גיין אלע חלישות הדעת.


נאך דא אסאך צו שרייבן פון איין שבת מיט אנשי שלומינו, אבער איך יאג זיך, איך דארף גיין העלפן אין שטוב לייגן שלאפן די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.